top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אין לשכוח: געהויבענער שבת קודש בצל האד' מטאהש אין טאהשער ישיבה גדולה אין טשעסטער ניו יארק

  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

תלמידי ישיבה גדולה טאהש, אין טשעסטער ניו יארק - בגלילות קרית יואל, האבן זוכה געווען צו מיטלעבן א געהויבענע שבת קודש בצל רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ארויסגעקומען פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, לקראת די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק ר' משולם פייש (הראשון) מטאהש זי"ע.


דאס איז געקומען דערנאך וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין רצון זייענדיג אין ישיבה גדולה פארלאפענעם ל"ג בעומר. האט ער געזאגט אז ער וויל ארויסקומען פראווענען דעם שבת לפני הילולא אינאיינעם מיט די תלמידים הקרויים בנים, זיינע באליבטע תלמידים וואס לערנען אינעם ישיבה וואס איז נקראת על שמם פון אבותיו הקדושים לבית טאהש.


ווי נאר עס איז אריינגעקומען די בשורה טובה ומרננה, האט זיך אנגעזען א פרישער פלייס און התחדשות אין אלע הינזיכטן, ווען אלע תלמידים ווארטן שוין מיט שפאנונג צו מיטלעבן א שבת אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, השבת נועם הנשמות יום שבתון אין לשכוח.


והנה היום הגיע. עס האט געגרייכט דעם פריידיגן מאמענט, ווען מען האט געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז ארויסגעקומען פראווענען דעם געהויבענעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ווען דער גאנצער יום ערב שבת קודש איז געמאכט געווארן די פאסיגע הכנה דרבה לקראת שבת לכו ונלכה.


ליל שבת קודש האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה און אנגעהויבן "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו", ווען אלעס ווערט מיטגעריסן מיט דעם פייערדיגן קול הודאה, ווען אלעס דאנקט און לויבט דעם אויבערשטן אז מען איז זוכה צו פראווענען דעם שבת קודש אין שפיץ פון די ממשיך השלשלת לבית טאהש.


דערנאך איז געפראוועט געווארן דעם שלחן הטהור אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, ווי מען האט געזינגען ניגוני דביקות, זמירות, שירות ותשבחות למלך קל חי וקים, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש על הפרשה, ודברי התחזקות פאר די תלמידי הישיבה.


כמעשהו בליל שבת קודש כך מעשהו ביום השבת קודש, ווען מען האט ווידעראמאל געפראוועט די תפילות און די סעודות מיט גרויס געהויבנקייט אויף דער טאהש'ער שטייגער, אין שפיץ פון רבם ומאורם האדמו"ר מטאהש שליט"א, און דערנאך די פייערדיגע עת רעוא דרעוין, וואס האט נאכגעפאלט מיט הבדלה, ווען יעדער גייט פאריבער דעם רבי'ן שליט"א און וואונטשט א גוטע וואך.


די געהויבענע שבת איז שוין טאקע פארענדיגט, אבער די רישומא קדישא באגלייט די בחורים תלמידי הישיבה ווייטער, זייענדיג אנגעהויפענט און אנגעשעפט מיט פרישע כוחות צו לערנען און שטייגן ווייטער בסולם העולה בית קל, און וועט זיי באגלייטן כל אורך ימיהם.



bottom of page