top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער מעמד "הנחת אבן הפינה" פארן נייעם בנין ישיבה גדולה טאהש אין טשעסטער - ניו יארק

  • לפני 36 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז האט ארומגענומען די ווענט פון ישיבה גדולה תורה משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער ניו יארק, ווען עס איז געפייערט געווארן דער היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר, וועלכער וועט בעזרת השם דינען אלס אכסניא של תורה פאר די הונדערטער בחורים מצוינים. דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ערב שבת קודש בהעלותך, אלס הכנה צום געהויבענעם שבת קודש וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט געפראוועט בהיכל הישיבה.


די זייגערס האבן געוויזן 5:30 ערב שבת נאכמיטאג, ווען דער לופט אינעם היכל הישיבה איז שוין געווען דורכגעטרונקען מיט א שבת'דיגן חן, ווען המלך ביופיו, כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, איז ערשינען בהיכל הישיבה מלובש מיט די בגדי שבת קודש, און מ'האט אים אויפגענומען בשירה ובזמרה מתוך רגשי אהבה והערצה.


דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט פאסיגע דברי פתיחה דורך הרה"ג רבי שלמה יונגער שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד טאהש קרית יואל און ר"מ בישיבה גדולה, וועלכער האט ארומגערעדט בשבחה פון דעם מקום קדוש וואו תורה ויראת שמים נעמען איין דעם סדר היום, און איבער דעם גרויסן זכות פון מרחיב זיין די גבולי הקדושה דורך דעם נייעם בנין וואס ווערט יעצט אויפגעבויט.


נאכן הערן די ווארימע ווערטער פונעם דיין שליט"א האט זיך דער היכל אנגעפילט מיט הארציגע ניגוני התעוררות און כיסופין, גרייטנדיג די הערצער צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען מ'וועט לייגן דעם יסוד פאר א בנין וואס וועט בעזרת השם ארויסשטעלן דורות פון תלמידים מופלגים בתורה וביראת שמים.


גלייך דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכע זענען געווען אנגעפילט מיט הדרכה, חיזוק און ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה און פאר די הנהלה החשובה וועלכע געבט אוועק אירע כוחות און איר הארץ פאר הצלחת התלמידים און פארן בליען פון די מוסדות.


דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען דער רבי שליט"א האט מיט גרויס התעוררות פארגעזאגט מזמורי תהלים קאפיטל כ"ד ביז כ"ט, און שפעטער אויך קאפיטל ל' ביז צ"א, און דערנאך אריינגעלייגט מטבעות קודש אין דעם פונדאמענט, און געגאסן צעמענט אין דעם ספעציעלן כלי וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר דעם מאמענט, וועלכע איז שפעטער ארויפגעגאסן געווארן אויפן פונדאמענט פונעם נייעם בנין האדיר והמפואר.


נאכן מעמד ההנחה האבן די ציבור און בחורים זיך אויפגעשטעלט טאנצן בשמחה ובדביקות, און געזונגען ניגוני שמחה והתעוררות פאר לענגערע מינוטן לכבוד דעם גרויסן טאג. דער רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען אלע בחורים אריבערצוגיין איינס נאכן אנדערן, און יעדער בחור האט געהאט די זעלטענע געלעגנהייט אריינצולייגן א מטבע און גיסן אביסל צעמענט, זייענדיג א שותף אין דעם היסטארישן מאמענט און אין דעם אויפבוי פונעם נייעם בית התורה וואס וועט דינען אלס מקור התורה והקדושה פאר פילע יארן.


די התרגשות איז געווען קענטליך אויף די פנימער פון אלע משתתפים, וועלכע האבן געשפירט אז זיי נעמען אנטייל אין א מאמענט וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די בלעטער פון די געשיכטע פון ישיבה גדולה תורה משולם פייש ד'טאהש, ווען מ'לייגט דעם יסוד פאר א בנין וואס וועט בעזרת השם זיין א מקום תורה, עבודה ויראת שמים פאר דורות ישרים ומבורכים.



bottom of page