top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזה פאר נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות אין מאנסי דורך האד' מטאהש

  • לפני 14 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ

די וואך בעת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט זיך געפינען אין ני יארק האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א וועלכע האלט אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה, איז נתכבד געווארן דורך די חשובע עסקנים וגבאי צדקה צו קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון די אפיס.


נאכן קובע זיין די מזוזה האט דער רבי שליט"א טועם געווען און געוואונטשן לחיים, פאר די הנהלת הכולל ובראשם דער מנהל "כולל שומרי החומות” הרב שלמה מיכאל מאיער שליט"א. די עסקנים האבן איבערגעגעבן א רעפארט פון די שטוינענדע ציפערן און פאקטן פון דער אומגלויבליכער נעץ ומבצרים כבירים פון "כולל שומרי החומות", און דער רבי זיך אנגערופן מיט א סכום נכבד לטובת די כולל.



bottom of page