top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מן ההר אל העם: האד' מטאהש וועט פראווען ערשטמאליגע שבת אין ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש אין ניו יארק

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג די ידיעה משמחת אז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א וועט ארויספארן אויף א שבת מיוחדת מיט די תלמידי ישיבה גדולה ד'קרית טאהש אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע איז נארוואס אנגעקומען די איבערראשענדע בשורה אז דער רבי שליט''א וועט פראווען נאך א היסטארישע שבת אין די ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש אין ניו יארק, געבנדיג א געלעגנהייט אויך פאר תלמידיו הנאמנים מריחוק מקום להסתופף בצל הקודש אויף א פריוואטער פארנעם.


דער שבת איז געקומען אויף די בקשה פון די חשובע בחורים און די ראשי הישיבה וועלכע האבן געלאדענט דעם רבי'ן – ביים באזוך אין קרית טאהש דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר – צו קומען פראווען "א שבת אין ישיבה".


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי האט כסדר ערהאלטן שיינע גריסן פון די גאר ווארעמע שבתים וועלכע ווערן געפראוועט אין די ישיבה מדי שבת בשבתו, ובמיוחד פון הרה"צ רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א מבישטינא מרביץ תורה בקרית טאהש, וועלכער האט לעצטענס געפראוועט א שבת אין ישיבה, און האט איבערגעגעבן רגשי לבבו פארן רבי'ן, פון די גאר ווארעמע חסידישע שבת וואס די בחורים האבן אפגעראכטן אויפן טאהשער שטייגער.


אצינד האט דער רבי מחליט געווען צו קומען ספעציעל צו פארן ממעון קדשו, כדי צו פראווען א שבת בלויז מיט די בחורי ישיבה גדולה אין ניו יארק, און טאקע אויסגעוועלט דעם ספעציעלן "שבת לפני הילולא" פונעם ריש שושילתא קדישא הדין, הרה"ק השרף מטאהש זי"ע, דעם קומענדיגן שבת פ' בהעלותך הבעל''ט.


ווי נאר די בחורים האבן ערהאלטן די איבעראשענדע בשורה טובה, האט זיך די ישיבה אנגעצינדן ווי א קעסל, און די בחורים האבן זיך אריינגעווארפן נאך מער בתורה ובעבודה וקבלות טובות, זיך צוצוגרייטן מיט די פאסיגע הכנה דרבה צו דעם דערהויבענעם שבת קודש.

bottom of page