כי בא אורח: יהדות ניו יארק גרייט זיך לקבל פני הוד כ"ק האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א;
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א ממנהיגי היהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער וועט די קומענדיגע וואך גרייכן די ניו יארקער האפן אויף א געהויבענעם באזוך, אויפצוטרייבן שטיצע למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און לטובת די "כוללים אימפעריע" בנשיאותו וואס איז אויסגעשפרייט איבער גאנץ ארצינו הקדושה, שמשם יצא תורה וקדושה מדי יום ביומו.
ווי יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן קיין ניו יארק אויף א מסע חיזוק והתחזקות, ווען עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חסידים ומעריצים נהנה צו זיין מאורו הגדול ולחזות בנועם זיוו תפארתו, ווען גלייכצייטיג טוען די חסידים ארויסהעלפן דעם רבי'ן טראגן דעם שווערן עול, די מוסדות הקדושים און די שיינע לעכטיגע קהילה על מי מנוחות.
די שטאט בארא פארק וועט האבן די ערשטע זכיה אויפצונעמען דעם גרויסן גאסט, מאנטאג צופרי ווען דער רבי וועט מופיע זיין בשערי העיר, און האבן די אכסניא בבית הנגיד החסיד המפואר ר' יעקב שלמה ווייס הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, דורכאויס די וואך וועלן די חסידים אין בארא פארק האבן די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לעצה ולברכה, און עס וועט פארקומען ספעציעלע מסיבות בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות.
ענדע וואך איז דער רבי שליט"א ערווארטעט אנצוקומען קיין וויליאמסבורג, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א גייסטרייכע און געהויבענע שבת קודש בצילא דמהימנותא, עס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן אויף שבת די גיגאנטישע עידן פעלעס זאל צו קענען אקאמאדירן די פילע משתתפים חסידים ואנשי מעשה פון אלע שטעט וואס קוקן ארויס מיטצוהאלטן די לעכטיגע תפילות און עריכת שולחנות הטהורות אויפן פייערדיגער קארלינער שטייגער.
נאך שבת וועט דער רבי פארבלייבן אין וויליאמסבורג אויף עטליכע טעג, ווי די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמעון ישראל פערלמוטטער הי"ו, וואו עס וועט זיין די געלעגנהייט פאר די תושבי העיר אריינצוגיין לברך ולהתברך בזמן שהצדיק בעיר, אויף די נאכפאלגנדע שבת פרשת תולדות וועט די רבי וויילן אויף א פריוואטע פארנעם בהרי העקעסטקילס, און זיך דערנאך צוריק קערן קיין וויליאמסבורג, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דאנערשטאג ויצא ווען די רבי וועט זיך צוריק קערן למעון קדשו בקרתא דשופריא.







תגובות