top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אל תלכו בדרך אתם: שארפע און קלארע הוראה פון האד' מסלאנים נישט אנטיילצונעמען אין די בעפארשטייענדע בחירות

לפני 23 דקות
זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

גאר שארפע און קלארע דיבורים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל וואס דער רבי האט משמיע געווען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט במעמד קהל רב בעת די סעודת הילולא פון זקינוהרה"ק בעל יסוד העבודה מסלאנים זי"ע.


דער רבי שליט"א האט צום ערשט אויפגעברענגט די השתלשלות הענינים, און באטאנט אז אלע יארן ביז אהער ווען עס איז געקומען די זמן הבחירות האט ער קיינמאל נישט אריינגערעדט אין די ענינים, ער האט קיינמאל נישט געגעבן זיין הוראה צו מען זאל יא גיין אדער נישט, וויבאלד ער איז נישט דער ריכטיגער פוסק וואס זאל קענען פסק'נען דערויף.


דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג, אז אצינד אבער זענען מיר אנגעקומען צו א שווערע מצב אז די ממשלה האט אנגעהויבן צו טוהן זאכן וואס איז קעגן די הוראה פון אלע גדולי ישראל מדור הקודם, אפילו קעגן די דירעקטע הוראה פון די גדולי ישראל חברי מועצת גדולי התורה, מען האט אנגעהויבן אריינצושטעלן מיניסטארן אין די ממשלה, א זאך וואס איז געווען אסור ביי אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזן.


דער רבי שליט"א האט ערקלערט אז די גאנצע ממשלה ווערט געפירט לויט די מיינונג פון די פאליטיקאנטן אן קיין שום דעת תורה, זאגנדיג, אז רבי איטשע מאיר לעווין איז געווען די ערשטער שר אין די ממשלה, און קיינער ווייסט טאקע נישט ביז היינט צוטאגס וועלכע דעת תורה האט אים געגעבן די היתר דערויף, ווייל אפילו די גדולי ישראל פון די מועצת האבן ארויסגעשטעלט זייער קלארע דעת תורה אז דאס איז אסור.


דא האט דער רבי אויפגעוויקלט בידידי הוה עובדא מיט עטליכע יאר צוריק ווען מען האט ממנה געווען חרדישע חברי כנסת אלס שרים אין די ממשלה, און דער רבי האט דאן איבערגעגעבן אן הוראת שעה אז אין אזא פאל זאל מען נישט גיין צו די בחירות.


נאך דעם רבינס באשלוס האבן עטליכע אדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה געשיקט א בריוו צום רבי'ן ווי זיי האבן בפירוש צוגעזאגט אז עס גייט נישט קיין קיין שרים, וועלנדיג דערמיט איבערצייגן דעם רבי'ן אז מען זאל יא אנטיילנעמען חלק אין די בחירות, דער רבי שליט"א האט במעמד קהל ועדה ארויסגענומען דעם בריוו וואס מען האט אים דאן געשיקט, און דאס אפגעליינט ככתבו וכלשונו.


מחמת כבודם פון די גדולי האדמורי"ם האט דער רבי נישט דערמאנט זייערע נעמען, אבער דער רבי האט יא דערציילט, אז א שטיק צייט שפעטער ווען ער האט פארגעהאלטן איינע פון די רבי'ס וועלכע האבן גע'חתמ'ט אויפן בריוו, היתכן מען האט נישט געהאלטן ווארט, איז די תשובה געווען אז די רבי'ס זיצן מיט געבינדענע הענט, מען פרעגט נישט זייער מיינונג, און אלעס ווערט געפירט לויט די באשלוסן פון די פאליטיקאנטן און די חברי הכנסת.


דער רבי שליט"א האט צוגעלייגט אנבאלאנגט די יעצטיגע וואלן, אז אגודת ישראל מיט דגל התורה האבן אינאיינעם געמאכט א הסכם אז זיי גייען נישט נעמען קיין פאזיציע אלס שרים כל זמן עס גייט נישט אריבער קיין חק הגיוס, וואס דאס באדייט אז נאכן דורכפירן דעם חוק הגיוס, וועט מען צוריקגיין צום אלטן, און פאר דעם אליינס טאר מען נישט גיין צו די בחירות.


און דער רבי האט אויסגעשריגן מיט ווייטאג, אז מיר ווייסן שוין ליידער זייער גוט פון וועלכע חק הגיוס מען רעדט דא, א חק פון שמד אריינצושליידערן בחורי ישראל אין טמא'נע מיליטער, און אפילו די בני הישיבות וואס וועלן יא פארבלייבן אין ישיבה וועט דאס אריינעמען אלע ישיבות אין א סכנה פון מיליטער, צוליב די נאכאנאנדע אינספעקציעס אויף די ישיבות, און די ממשלה וועט זיין אריינגעמישט און קענען איינטיילן וועלכע בחור קען יא פארבלייבן אין ישיבה אדער נישט, אזוי אויך די שווערע קנסות וואס זיי וועלן קענען ארויפלייגן אויף די ישיבות, און אלע ארומיגע שוועריקייטן און סכנות ברוחניות וואס דאס ברענגט מיט זיך.


דערמיט האט דער רבי קלארגעשטעלט דעתו הברורה, אז מיט אזא ממשלה טאר מען נישט האבן קיין שייכות, ולא יהא חלקינו עמהם, דער רבי האט נאכאמאל אונטרעגעשטראכן, אז ער איז נישט דער ריכטיגער פוסק דן צו זיין אין די ענינים, אבער ווער עס וויל וויסן זיין שטעלונג, זאגט ער קלאר אז לפי דעתו טאר מען נישט אנטייל נעמען אין די יעצטיגער בחירות.



תגובות


bottom of page