top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צהלי ורוני יושבת אייראפע: היסטארישע נסיעה פון גדולי ומאור הדור בארצות אייראפע לטובת קרן עולם התורה

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דאס יהדות החרדית בארצות אייראפע איז איינגעהילט אין א התרגשות'דיגע שטימונג זיך גרייטנדיג מקבל פנים צו זיין די גדולי הדור רבותינו שבארץ ישראל וואס וועלן ווידער ארויספארן קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן פרישע מיליאנען לטובת די קרן עולם התורה בארה"ק, דאסמאל קיין אייראפע מזכה צו זיין די ארטיגע אידן מיט די גרויסע זכיה להחזקת עולם התורה.


שוין איבער צוויי יאר איז אריבער זינט די גדולי ראשי הישיבות האבן אוועקגעשטעלט דעם קרן עולם התורה, מיטן ציהל צו שאפן הונדערטער מיליאנען צו קענען פינאנצירן די ישיבות און כוללים וואס האבן פארלוירן רעגירונגס שטיצע אין שאטן פון די גזירת הגיוס. דורכאויס די צוויי יאר זענען די זקני גדולי ראשי הישיבות ארויסגעפארן עטליכע מאל קיין חוץ לארץ און דורכגעפירט ריזיגע אקציעס שאפנדיג הונדערטער מיליאנען, וואס האט טאקע געגעבן דעם שטופ פאראויס אז די ישיבות און כוללים זאלן קענען אנגיין.


אצינד ווען די רדיפות הדת זעצט פאר אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, האבן די גדולי ראשי הישיבות באשלאסן פה אחד צו ממשיך זיין מיט די מסירת נפש, און אליינס שאפן דאס געלט צו קענען פינאנצירן די ישיבות און כוללים, דעריבער איז באשטימט געווארן די פלענער פאר די פארצווייגטע נסיעה וואס וועט ארייננעמען מערערע אייראפעאישע שטעט.


די היסטארישע נסיעה איז ערווארטעט צוזאמצוברענגען א צאל גדולי הדור, ובראשם מרנן ורבנן ראשי ישיבת סלאבאדקע הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, דער זקן המשגיחים הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, ועתם עמם וועלן מיטפארן א משלחת ראשי הישיבות און מעגליך איינע פון די גדולי האדמור"ים פון ארץ ישראל.


די היסטארישע נסיעה וועט זיך אנהייבן זונטאג פרשת חיי שרה, ווען דער פריוואטער פליגער מיט די גדולי וראשי הישיבות וועט לאנדן אין עיר הבירה לאנדאן, ענגלאנד. די ערשטע סטאנציע וועט זיין אין דער גאלדערס גרין געגנט, וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן א פייערליכער מעמד קבלת פנים לכבודם ברחובה של עיר, ביי וועלכן טויזענטער אידן וועלן ארויסקומען באגריסן די גדולי התורה, און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד ווי עס פאסט.


דורכאויס זונטאג און מאנטאג וועלן די ראשי הישיבות וויילן אין לאנדאן, באשיינען א רייע מסיבות און מעמדים לטובת דער קרן, אין די חרדישע געגנטער לענגאויס דער שטאט.


דינסטאג וועט די משלחת פארזעצן צום קומענדיגן אפשטעל ויסעו מלאנדאן ויחנו בפאריז, וואו עס איז געפלאנט א גיגאנטישער מעמד קבלת פני רבותינו אין א גרויסן זאל אין שטאט, במעמד אלפי תושבי העיר וועלכע וועלן דערביי אוועקשטעלן א יסוד איתן צו שאפן די נויטיגע שטיצע פאר דעם חשובן צוועק.


פון דארט וועלן זיך די גדולי ישראל איינטיילן און ממשיך זיין צו פארשידענע אייראפעאישע שטעט, אריינגערעכנט וויען, ציריך, און אנדערע מקומות, וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן מעמדי קבלת פנים און מסיבות לטובת דער קרן עולם התורה מיטן ציהל אויפצוטרייבן צענדליגע מיליאנען דאללארן.


א ספעציעלער און באזונדערער הויכפונקט פון דער היסטארישער נסיעה וועט זיין דער באזוך פון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין אנטווערפן, בעלגיע, צו באזוכן ביי ידידו ורעו מאז ומקדם, כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, מיט וועמען ער האלט אן א לאנגיעריגער קשר קשר עליון דאורייתא.


ווי באקאנט, הערשט צווישן די צוויי תורה ריזן אן אויסטערלישע נאנטקייט, וואס גייט שוין צוריק צענדליגער יארן, ווען זיי פלעגן פארברענגען לאנגע שעות בפלפולא דאורייתא, מתוך אהבת התורה און הערצה איינער צום צווייטן.


אצינד, ווען דער ראש הישיבה גרייט זיך ארויסצופארן קיין אייראפע, האט ער אויסגעדרוקט זיין רצון צו אויסנוצן די געלעגנהייט און אריינפארן קיין אנטווערפן, אפצושטאטן א באזוך ביים פשעווארסקער רבי'ן, נאך ארום צען יאר וואס די צוויי האבן זיך נישט געטראפן פנים אל פנים.


דער באזוך פונעם ראש הישיבה אין אנטווערפען וועט אויך אויסגענוצט ווערן פאר א רייע מסיבות לטובת דער קרן עולם התורה.


באזונדער וועט אין דעם מעת לעת פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון דעם גרויסן גאון ושר התורה, פאר די טויזנטער תינוקות של בית רבן פון אלע תלמודי תורה אין אנטווערפן וואס וועלן זיך צונויפקומען מקבל פנים צו זיין דעם ראש הישיבה, און אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה.

תגובות


bottom of page