top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נועדו יחדיו: האד' מטאהש באזוכט ביי האד' מסאטמאר

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' נשא א' • ה' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז פאריגע וואך אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה, האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס הערצה. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע און הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי''ע און נאך סיפורי צדיקים. דער טאהשער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז כסדר נהנה פון דעם סאטמארער רבינס ספרים און די דרשות אויפן טעלעפאן און די סאטמארער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר פונעם טאהשער שטעטל, ביים ענדע האבן די רבי'ס געטרינקען לחיים און דערנאך האט האד' מסאטמאר ארויסבאגלייט דעם אורח הגדול ביזן גאס.



bottom of page