top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדיק גוזר: ריבוי חתנים אין ישיבה גדולה ד'טאהש נאך הבטחה וברכת הקודש פון האד' מטאהש

  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בין כותלי ישיבה גדולה ד'טאהש און ביי חסידי טאהש אומעטום איז די גשפרעך פון טאג דער הבטחה און ברכת צדיק וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אנגעוואונטשן די תלמידי הישיבה גדולה מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק און איז בס"ד נתקיים געווארן במלואו ווען אין די געציילטע וואכן האט מען בייגעוואוינט אן אומגעווענליכע ריבוי חתנים אין די ישיבה בלי עין הרע.


געווען איז דאס מוצש"ק זכור ווען דער פורים רב פון ישיבה גדולה, ממצוייני תלמידי הישיבה איז אריין צום רבי'ן וואו דער מנהג אין טאהש, און געבעטן, אז היות ס'גייט לעצטנס זייער שווער שידוכים אין ישיבה גדולה, און ער וויל צוזאגן אז ס'וועט זיין כאטש פינף חתנים ביז ערב שביעי של פסח, דעם רבינ'ס יום הבהיר, וויל ער אז דער רבי זאל זיין א ערב. דער פורים רב האט אנגעפרעגט דעם רבי'ן וואס מען קען זיך אונטערנעמען אז ס'זאל זיין פינף חתנים ביז ערב שביעי של פסח, האט דער רבי געענטפערט מען זאל זיך אונטערנעמען צו היטן דאס מויל, דאווענען ערליך, און רעדן איידל.


דער פורים רב האט דערביי אויסגערופן הויעך אז "בזכות ובכח וואס דער רבי שליט"א גיבט אים, וואונטשט ער אן אז פון יעצט ביז ערב שביעי של פסח זאל זיין פינף חתנים אין ישיבה גדולה", און אלע בחורים האבן געענטפערט 'אמן'.


און ב"ה ברכת צדיק עשתה רושם, די ישועות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. יענעם זונטאג נאכמיטאג איז געווארן א חתן אין ישיבה. יענעם טאג נאכמיטאג האט א בחור אנגעטראפן דעם רבי'ן, און דערציילט פארן רבי'ן מיט גרויס שמחה אז ס'איז שוין דא די ערשטע חתן אין ישיבה, האט דער רבי געענטפערט אז פון דעם שידוך האט מען שוין גערעדט פאר שבת זכור, עס וועט נאך זיין פינף אויסער אים'.


וכך הוה. דאנערשטאג ויקה"פ ביינאכט איז געווארן די ערשטע חתן, מאנטאג פר' צו ביינאכט איז געווארן די צווייטע חתן, דאס מאל א אייניקל פון רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה''צ רבי מרדכי אברהם גינזבורג שליט"א. עש"ק צו איז געווארן די דריטע חתן, מאנטאג שמיני א' איז געווארן די פערטע חתן. און מאנטאג חוה"מ ביינאכט, אור ליום ערב שביעי של פסח איז געווארן די פינפטע חתן פון ישיבה גדולה, מיטן האפענונג אז די קייט פון שמחות זאל ווייטער אנהאלטן.

תגובות


bottom of page