top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מטאהש איבערראשט תלמידי הישיבה איבער "נסיעה קיין ליזענסק" פאר מצטיינים דעם קומענדיגן כ"א אדר

  • לפני 16 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' עקב • י"ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אן אומבאשרייבליכע התרגשות און התעוררות איז אויפגענומען געווארן די בשורה נרגשת דורך די תלמידי הישיבה גדולה ד'קרית טאהש, אין וועלכע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו ארויספארן אויף א פריוואטע נסיעה אינאיינעם מיט זיינע באליבטע תלמידים הקרויים בנים פוקד צו זיין דעם ציון הק' אין ליזענסק דעם קומענדיגע כ"א אדר הבעל"ט.


דאס קומט נאכדעם, וואס ביי איינע פון די לעצטערע אסיפות בקודש פנימה האבן די חברי הנהלת הישיבה אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן פארשידענע פעולות, צו הייבן דעם ניווא פון די לימודים בין כותלי הישיבה, און בין הדברים האט דער רבי שליט"א איבערראשט די הנהלה אז ער איז גרייט אונטערצונעמען א ספעציעלע נסיעה דעם קומענדיגען כ״א אדר קיין ליזענסק און דערנאך צו די קברי אבות אין טאהש אונגארן, ספעציעל געווידמעט פאר די חשובע תלמידים מצויינים וועלכע וועלן זיך אויסצייכענען בלימוד התורה, במשך די לעצטע פאר וואכן פון די זמן און שפעטער די קומענדיגע ווינטער זמן הבעל"ט.


די פריידיגע בשורה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט צווישן די תלמידים בין כותלי הישיבה, און האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן אן אומבאשרייבליכע עקסאטאז און התעוררות, נעמענדיג אין באטראכט די משמעות פון אזא דערהויבענע נסיעה און וואס דאס באדייט פאר די בחורים.


מטעם הנהלת הישיבה איז דעם ענדע וואך ארויסגעשטעלט געווארן די אפיציעלע מודעה פאר די תלמידים אנבאלאנגט די גרויסע נסיעה, אין וועלכע עס ווערט פראקלימירט אז די נסיעה איז געווידמעט ספעציעל פאר די תלמידים מצויינים וועלכע וועלן זיך צושטעלן צו די סדרי הלימודים א.א.וו.


זינט דער אסיפה בביתו נאוה קודש זענען די חברי הנהלת הישיבה שוין פארנומען מיט אינטענסיווע הכנות. סיי ברוחניות ווי מען זיצט אינאיינעם מיט די חשוב'ע איינגעשטעלטע הישיבה צו זעהן וויאזוי מען וועט פראקלימירן די סדר הכנה לנסיעה אז עס זאל ארויסקומען די מאקסימאלסטע הצלחה, און סיי בגשמיות אויסצוארבעטן די פרטי הנסיעה עצהיו"ט.

bottom of page