top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור גומלין: האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מטאהש בעת קורצן באזוך אין קאנאדע

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך אנקומענדיג אויפן קורצן באזוך אין מאנטרעאל איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך אנטוויקלט א ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים וואס האט זיך פארצויגן אויף לאנג.


דער טאהשער רבי שליט"א האט אנגעגאסן כיבוד, און נאכן זיך וואונטשן ברכות לרוב האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס כבוד ונפרדו לשלום.



bottom of page