מלך בשדה: האד' מטאהש וועט ארויספארן אויף ספעציעלע "שבת התעלות" מיט די תלמידי ישיבה גדולה אין די קאנטרי בערג
- לפני 17 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז אין די ישיבה גדולה אור החיים ד'טאהש אויפגענומען געווארן די איבעראשענדע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכע האט שטענדיג אינזינען די געטרייע תלמידים הנאמנים, האט באוויליגט ארויסצופארן אויף א שבת מיט די בחורים, אויף א פריוואטע פארנעם אין א אפגעזונדערטע קאנטרי אויף די בערג כשהמלך בשדה.
די בשורה מרנינה ווערט אויפגענומען צווישן די תלמידי הישיבה מיט א זעלטענעם התרגשות, האבנדיג די גאלדענע געלעגנהייט צו פארברענגען בצוותא חדא און מקבל זיין תורה והדרכה וואס וועט זיכער באגלייטן די תלמידים אויף שטענדיג.
על אף וואס די רבי טוט כסדר אפרעכטן די שבת'דיגע טישן מיט די בחורים אין קרית טאהש, און איז כסדר משפיע אויף זיי מיט א פאטערליכע ליבשאפט, וועט די חיזוק פון אזא פריוואטע שבת, אויסשליסליך מיט די תלמידים אן קיין שום פרעמדע חסידים, זיין פי כמה ווי די תלמידים וועלן קענען זיך אנשעפן מיט חיות און חיזוק ללימוד התורה ועבודת השי''ת.
די שבת איז באשטימט אויף קומעדניגן פרשת קרח. די פונקטליכע פרטים ארום די גאנצע שבת, און די סדר מכירת העליות און כיבודים, און ובפרט די הכנה צום דערהויבענעם שבת, ווערט אין די יעצטיגע טעג אויסגעארבעט דורך די געטרייע הנהלת הישיבה, מיטן ציל ארויסצונעמען די מאקסימום התעלות פון אזא שבת כולו רוחני.

