top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע שבת התכנסות פאר ילדי איחוד תשב"ר דחסידי טאהש פון ניו יארק און קאנאדע בצל הקודש פון האד' מטאהש

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענער שבת פ' אחרי קדושים איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע שבת התכנסות פאר די הונדערטער צאן קדשים חסידי טאהש וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חברות תהילים אין די בתי מדרשים ברחבי ניו יארק און קאנאדע כתקנת הקודש פון הרה"ק מטאהש זי"ע וועלכער האט כידוע געלייגט א שטארקן דגוש און האט אין יעדן געלעגנהייט געפאדערט פון די חסידים דעם ענין פון אמירת תהילים.


די טייערע ילדי החמד פון איבער גרעיטאר ניו יארק האבן אצינד געהאט די זכיה צו מיטהאלטן א שבת אין טאהשער שטעטל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע האט געשאנקן ספעציעלע אויפמערקזאמקייט פאר די צעירי הצאן דורכאויס גאנץ שבת.


ערב שבת נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד 'איחוד תשב"ר', וואו די קינדער האבן מקבל געווען דעם רבי'ן בשירה ובזמרה און געזינגן די התעוררות'דיגע תהלים ניגון. הרה"צ רבי מרדכי יודא פיש שליט"א נכד הרה''ק מטאהש זי"ע האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה. שפעטער האט דער רבי פארטיילט פאר אלע קינדער די הערליכע 'תהלים עבודת משולם פייש', מיט געבענטשטע מטבעות קודש לשמירה ברכה והצלחה.


שבת בייטאג האבן די קינדערלעך מיטגעגעסן די סעודת שבת אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א על שולחן מלכים, וואו דער רבי האט מכבד געוועהן מיט די זמירות די מנהלי חברות תהילים.



תגובות


bottom of page