האד' מטאהש געפראוועט געהויבענעם שבת "בני חביבי" אויף די בערג מיט בחורי חמד תלמידי ישיבת טאהש
- 29 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

די בחורי חמד תלמידי ישיבת "אור החיים" אין קרית טאהש, זענען די טעג אונטערן רושם פונעם געהויבענעם שבת וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ראש הישיבה, וואס דער גאנצער שבת איז געווען מוקדש בלויז פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה.
ערש"ק אין די מיטאג-שטונדן האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אריין צום ספעציעלן קאמפלעקס אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע וואס איז אפגעדינגען געווארן, וואו דער גאנצער שבת איז געפארוועט געווארן, און קורץ נאך'ן זיך אפרוען מטורח הדרך האבן די בחורים זיך געזעצט צו א סדר הלימוד ביז צום זמן כניסת השבת.
פאר'ן זמן האט מען זוכה געווען לקבל פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א פון וועמען די בחורים האבן שלום גענומען מיט גרויס חביבות, און דער רבי שליט"א האט מדליק געווען את הנרות זייענדיג מלובש בבגדי שבת. נאך א פייערדיגן תפלת מנחה האט מען געהערט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א אלס הכנה צום געהויבענעם שבת, און דערנאך ממשיך געווען מיט די תפלות מיט גרויס ברען און התלהבות.
די סעודות האבן די בחורים זוכה געווען מיטצוהאלטן ביים עריכת השולחן פון רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט כדרכו פארגעזינגען די זמירות, און פארטיילט די שיריים, ובפרט פון די "פיש" ווען אלע בחורים זענען דורך כבני מרון. שפעטער האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און נאך'ן טיש געפראוועט א ספעציעלע באטע צוזאמען מיט די תלמידים, ביי וועלכן מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות, און מען האט פארענדיגט מיט א געהויבענעם ריקוד אויף "רננו צדיקים".
שבת אינדערפרי האבן די בחורים צוזאמען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים בראשות מיטן רבי'ן שליט"א, און דאן זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס התלהבות. שפעטער האבן די בחורים ווייטער מיטגעהאלטן די סעודה ביים עריכת השולחן פון רבי'ן שליט"א, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט די זמירות, און ביי "אייער-און-צוויבל" זענען די בחורים דורך נעמען שיריים מידיו פון רבי'ן שליט"א, כמנהג אריינגעלייגט אין חלה מיט קנאבל.
דער הויכפונקט איז געווען ביי שלש סעודות, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט פארטיילט "י"ב חלות" און נאך'ן פארזינגען די זמירות האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש, מלא וגדוש מיט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה.
נאך די דברות קודש זענען די בחורים דורך נעמען "שיריים" פון די פלייש, אויף וואס הרה"ק מטאהש זצוק"ל פלעגט זאגן אז צו עסן פלייש ביי שלש סעודות איז מסוגל צו יראת שמים.
נאך הבדלה און אמירת ויתן לך ברוב עם, האט מען געפראוועט מלוה מלכה ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט דערציילט סיפורי צדיקים, און שפעט אין די נאכט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צוריק קיין קרית טאהש, מיטנעמענדיג די געהויבענע השפעות פון דעם שבת קודש.
















תגובות