top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע מיידל שולע - בית חינוך לבנות ׳בנות חוה ד׳טאהש׳ וועט זיך עפענען אין שטאט מאנסי

  • 21 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן תלמידי וחסידי טאהש ובפרט חסידי טאהש תושבי מאנסי אויפגענומען די פריידיגע בשורה אז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט זיך בס"ד עפענען די טויערן פונעם נייעם בית חינוך לבנות בנות חוה ד'טאהש און מאנסי, צום קומענדיגן שנת הלימודים חודש אלול הבעל"ט.


דאס קומט נאך וואכן און חדשים וואס די געטרייע הנהלת המוסדות ובראשם דער העלדישן מנהל המוסדות העסקן הרב שלמה גרינבוים שליט"א האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו קענען אנקומען צו אט די גליקליכע מינוט פון עפענען די בית חינוך לבנות אין שטאט מאנסי.


די "בית חינוך לבנות בנות חוה ד'טאהש" וועט זיין נאך רינגעלע אין די קייט פון די תורה אימפעריע דחסידי טאהש און שטאט מאנסי,  לויט אלע הדרכות קודש פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן הרה"ק מטאהש זי"ע, און ווי עס פאדערט ווייטער בנו ממלא מקומו דער רבי שליט"א. אט אויף די הייליגע דרך וועט בעזר השם יתברך געפירט ווערן די בית חינוך לבנות, מיטן האפענונג אז עס זאל ארויסקומען די ריכטיגע תכלית דערפון, און די חשוב'ע תלמידות זאלן וואקסן און שטייגן אויפן דרך המסורה.


דער נאמען פארן מוסד 'בנות חוה' איז באשטימט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אויפ'ן נאמען פון אמו דער הויעכגעשעצטע טאהשער רעבעצען ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק מטאהש זי"ע, צוגלייך ווי דער טאהשער מיידל שולע אין וויליאמסבורג וואס ווערט אויך גערופן בנות חוה.

בראש פונעם בית חינוך וועט בעזר השם יתברך שטיין הרבנית תליט"א אשת הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סגל לאווי אבד"ק טאהש מאנסי. 


די היסטארישע דערגרייכונג קומט נאך די נאכאנאנדע הפצרות פון די חשובע עלטערן וואס האבן שוין די זכי' צו נהנה זיין פונעם טאהש'ע תלמוד תורה עבודת משולם פייש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אויסטערלישע הצלחה למעלה מן המשוער. 






תגובות


bottom of page