top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אתרא דמר: יומא דהילולא פון הרה"ק מטאהש זי"ע ז"ך אב בצל האד' מטאהש אין קרית טאהש קאנאדע

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזענטער אידן האבן זוכה געווען אויסצו'פועל'ן ישועות ורפואות וכל משאלות לבם לטובה, אינעם עלעפטן יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מטאהש זי"ע דעם ז"ך מנחם אב, און מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי תלמידי וחסידי טאהש המקושרים לאילנא דחיי, בצילא דמהימנותא פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אין קרית טאהש המעטירה.


בימי הילולא קדישא האט דער טאהשער שטעטל געווירבלט מיט אומגעהויערע מאסן, פון טויזנטער אידן בליעה"ר, זקנים עם נערים, וועלכע האבן עולה רגל געווען און געקומען ממקרוב ומרחוק פוקד צו זיין דעם ציון הק', ווי מען האט פארגאסן נחלי דמעות לישועת הכלל והפרט, וכל משאלות לבבם לטובה בזכותו של אותו צדיק עמוד צלותהון דישראל.זונטאג פארנאכטס נאך מנחה איז דער רבי צוגעטרעטן ברגש אש קודש צום עמוד און געצינדן די ליכט לע''נ, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, די ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידים תושבי קרית טאהש, און פילע אורחים החשובים וועלכע זענען געקומען צופארן צום יארצייט.


תיכף נאך מעריב איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת הילולא פארן גאנצן ציבור. דער היכל ביהמ"ד הגדול איז געווען צוגעגרייט מיט א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל אריינעמענדיג אין זיך די גאנצע היכל הביהמ''ד מקצה אל קצה מיט די מאקסימאלסטע זיץ פלעצער, א ריזן דריי שטאקיגע אויבן אן, וואו עס האבן באשיינט די חתני דבי נשיאה פונעם בעל ההילולא, כ"ק אדמו"ר מהאדאס, כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי, כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל, דייני קהילות הקודש טאהש, רבני עיר מאנטריאל, און נאך פילע בנן של קדושים.


ביים ערשיינען צום עריכת שלחן הטהור, האט דער רבי געצינדן לעכט און זיך געוואשן צום סעודה. במשך די סעודה האט די מקהלות המנגנים דחצר הקודש טאהש אנגעפירט מיט די ניגונים המקובל מבית מדרשו של רבי, און דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן מיט א שטיק בענקשאפט און התעוררות ביים זינגען די הייליגע ווארימע ניגונים.


דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע, און געזאגט קדיש. 


דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט פלאם פייערדיגע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה, ממשיך צו זיין די הייליגע וועגן, זיך צו האלטן באחדות צוזאמען אין די בתי מדרשים וועלכע דער רבי זי"ע האט אוועקגעשטעלט, ווי מען פירט זיך ווייטער אויף זיין הייליגע דרך בתורה ועבודה ויראת שמים, אז ער זאל קענען משפיע זיין אויף אונז אלע השפעות טובות.


דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און נאכן בענטשן האט דער רבי געוואונטשן פארן ציבור גע'פועל'ט אלעס גוטס און זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי ארויס צום ציון הקדוש וואו דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש. דער רבי האט געזאגט מזמורי תהלים, און דערנאך געליינט קוויטלעך.


מאנטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא איז דער רבי ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית, אינאיינעם מיט כל הקהל הקודש זקנים עם נערים ותלמידי הישיבות וילדי תשב"ר, דער רבי האט געצינדן ליכט און פארגעדאווענט פאר'ן עמוד תפילת שחרית מיט א מורא'דיגע התעוררות.


נאך שחרית איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען אהבה רבה און נאך ניגוני הילולא, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.


דערנאך האט דער רבי געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, און געטרינקן און געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.


תיכף דערנאך איז דער רבי ארויס צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, דער רבי האט זיך אנגעליינט אויפן ציון הק' פאר עטליכע מינוטן, און דערנאך אנגעהויבן גאנץ ספר תהלים בהשתפכות הנפש.


א חרדת קודש האט ארומגענומען דעם גאנצן ציבור ווען עטליכע מאל משכ'ן תהלים זאגן האט דער רבי זיך אנגעליינט אויפן ציון הק' בבכיות נוראות, פועל'נדיג ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.


נאכן ענדיגן גאנץ ספר תהלים האט דער רבי שליט"א געהייסן די משב"ק הרה"ח ר' יעקב יוסף כהנא שליט"א אויסצורופן מען זאל זאגן אינאיינעם קאפיטל קכ"א לרפואת מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז ווי באקאנט אדוק ומקושר צום בעל ההילולא.


נאך יהי רצון און י"ג מדות של רחמים האט דער רבי געזאגט קדיש. און דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך פונעם ציבור פאר איבער א שעה צייט.


במשך'ן טאג, האט דער רבי אויפגענומען הונדערטער חסידים און געסא לברך ולהתברך, בחדר הפרטי פונעם בעל ההילולא זי"ע בבנין הישיבה.


במשכ'ן גאנצע 24 שעה פונעם יומא דהילולא קדישא האט זיך נישט אּפגעשטעלט דער ענדלאזער שטראם פון טויזנטער אידן וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין אויפן ציון הקדוש, קרית טאהש איז געווען באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס האבן נישט אויפגעהערט צו שטראמען זייענדיג נכון לבם בטוח בזכותו פונעם בעל הילולא, אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.



תגובות


bottom of page