top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באזוכט ביי הנגיד ר' בנימין פיליפסאן לכבוד פילאנטראפישע נדבה פאר "קרן הצלה"

לפני 44 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

דורכאויס די ימי חול המועד האט דער פאר הדור כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אפגעראכטן עטליכע ביקורי הוד אין די סוכות פון לעגענדארע פילאנטראפן ביים חרדי'שן אידנטום וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט סוכות בקרתא דשופריא ירושלים עיה"ק, זייענדיג מחזיק טובה די נדיבים בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע געלטער פאר צדקה און בפרט פאר עניי ארץ ישראל און די מוסדות על טהרת הקודש וועלכער זענען אזוי חביב ונערץ ביים רב שליט"א.


מיטוואך אויפדערנאכט האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א באזוכט אין די סוכה פון הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסאן הי"ו אין די ממילא געגענט אין ירושלים, לכבוד זיין פאנטאסטישע ביישטייערונג פון א מיליאן דאלער לטובת מפעל הכביר "קרן הצלה" וואס דינט אלס דער רוקנביין פאר די מוסדות אין ארץ ישראל וועלכע זענען נישט נהנה משולחן איזבל. אינאיינעם מיטן רב שליט"א זענען מיטגעקומען א משלחת נכבדה, די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב און נאך חשובע רבנים ואנשי שם.


עס איז דארט אפגעראכטן געווארן א באשיידענע מעמד הכנסת ספר תורה וואס דער נדיב האט געלאזט שרייבן, און האט אצינד לכבוד יום טוב גומר געווען דעם ספר תורה. דער רב שליט"א האט דערביי אפגעראכטן ריקודין נלהבין מיטן ספר תורה באש קודש און דערנאך מכבד געווען די אנדערע רבנים וואס האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד, ובתוכם כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, און הגאון הגדול רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר.


דער מזכיר הבד"ץ, הר"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א, האט ביים מעמד אויפגעטרעטן מיט ווערטער בשבח דעם מוסד הקדוש "קרן הצלה", ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע עבודה וואס ווערט דורכגעפירט למען די מוסדות הקדושים על טהרת הקודש, פון אלע קרייזן און שיכטן. באזונדער איז געהערט געווארן דברי ברכה דורך המשפיע הגה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א לכבוד המאורע.


שפעטער איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אריין אין א זייטיגער שטוב אינאיינעם מיטן נדיב, וועלכער האט באותו מעמד איבערגעגעבן זיין פאנטאסטישע נתינה פאר קרן הצלה און ערהאלטן ברכת צדיק.


דינסטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען צו די נגיד'ישע סוכה פון הנגיד המפורסם ר' ראובן שאראן הי"ן פון פלעטבוש וואס איז פון די גרעסטע שטיצער פון די מפעלי צדקה וחסד מיסודם פונעם פאר הדור, וואו רבי יעקב מאיר האט דארט אפגעראכטן אן אייגנארטיגע מסיבה שמחת בית השואבה און געזונגען עטליכע פרייליכע ניגונים, אינצווישן זיי די ספרדישע פיוט "שמחו נא" וואס מען איז זיך נוהג צו זינגען אום שמחת תורה.


באזונדער איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ארויף צו עטליכע נגידים לטובת די וועלט-בארימטע מפעל צדקה וחסד "עונג שבת ויו"ט", ווערנדיג באגלייט דורכ'ן בארימטן שר החסד הרב אפרים שטערן שליט"א יו"ר מפעל עונג שבת ויו"ט, וואס פירט יערליך דורך איינע פון די סאמע-גרעסטע קמחא דפסחא חלוקות לכבוד יו"ט פסח, פון וואס טויזנטער משפחות מבני ציון היקרים געניסן, וואס אויסוואקסנדיג אלס ריזן חלוקה אימפעריע מיט א בודזשעט פון מיליאנען דאלארן, ווערט שוין יעצט צוגעגרייט די גרויסע הכנות און עס ווערן אנגעשלאסן די נדיבים בעם צו נעמען א חלק צו קענען צושטאנד ברענגען די חלוקה אדירה.



תגובות


bottom of page