top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע און פייערליכע יו"ט סוכות זמן שמחתינו אריבער אין חצר הקודש באבוב

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

א געהויבענער יום טוב סוכות און שמחת תורה איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב, און במיוחד די צווייטע טעג יום טוב ווען עס האט זיך אנגעזען א ריזיגן ציבור געסט ווי קיינמאל בעפאר. טראץ וואס מעט האט אויפגעשטעלט הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע פיר זייטן אין בית המדרש האט זיך נאכאלץ געשפירט די לחץ זו הדחק, ווען דער היכל מיט אלע ארומיגע פליגלען זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש.

כמדי שנה בשנה זענען אפגעהאלטן געווארן צוויי טישן דורכאויס יעדן טאג פון די ימי המועד, ביי וועלכע דער רב שליט"א האט אסאך געשמועסט סיפורי צדיקים, דברי תורה, מוסר והתעוררות, און הדרכה פארן טאג-טעגליכן לעבן.


איינע פון די טעג ביי די טישן האט דער רב שליט"א מזכיר געווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לרפואה שלמה, איין נאכט האט דער רב שליט"א געגעבן פירות פאר די חשובע בחורים פון ישיבות "כרם שלמה" און "עטרת שלמה" וואס האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער בלעטער גמרא בעפאר דעם יום טוב, וואו דער רב שליט"א האט מרחיב געווען בשבחם פון די בחורים און אויסגערופן מיט התרגשות "וזה חלקינו מכל עמלינו" און ארויסגעברענגט וואו די אבות הקדושים האבן אריינגעלייגט אן עבודה צו ערציען אזעלכע שיינע דורות.


ביים חול המועד טיש נעכטן, ליל אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, בחצר הקודש באבוב, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א דערמאנט בשער בת רבים די געוואלדיגע הערצה און קרבה יתירה וואס ער האט זוכה געווען צו געניסן פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. דער רב האט דערמאנט פאר הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א, אבד"ק פשעווארסק-וויליאמסבורג, די טעלעפאן רוף פאר א יאר בעפאר די הייליגע טעג, ווען דער פשעווארסקער רבי האט זיך צו אים אויסגעדריקט מיט א זעלטענעם לשון אז ער איז כמעט נישט מסיח דעת פון אים, און צוגעגעבן אז היי יאר, ווען ער האט גערופן קיין אנטווערפן זיך צו וואונטשן א גוט יאר, האט דער פשעווארסקער רבי זיך אנגערופן אז נאר צו הערן דעם באבובער רב'ס קול, מאכט אים שוין בשמחה.


ליל הושענא רבה ביים טיש האט דער רב שליט"א דערציילט סיפורי צדיקים ארום דעם ענין פון גיוס, וואו צדיקי הדורות האבן בזמנם געראטעוועט בחורי ישראל פון מיליטער, מעורר צו זיין רחמי שמים פאר אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש.


די צווייטע טעג יום טוב האט זיך פארצויגן ווי א יומא אריכתא, אנגעהויבן פון הושענא רבה, שמיני עצרת און שמחת תורה, וואס זענען געווען א מקשה אחת פון תפילות, הקפות און טישן אין א בחינה פון לילה כיום יאיר. 

ליל שמיני עצרת ביים טיש האט דער רב שליט"א ארומגערעדט מיט פייערדיגע דיבורים קעגן פגעי הטעכנאלאגיע, און האט דערמאנט לשבח די חשובע "חבורת שמור הדורים" אין ארץ ישראל און אין אמעריקא, ווי הונדערטער יונגעלייט און בחורים חסידי באבוב האבן זיך אנגעשלאסן, זייענדיג גענצליך מתנזר פון די טעכנאלאגישע כלים. 


ביום שמחת תורה נאך מוסף איז אזוי ווי אין די לעצטע עטליכע יאר פארגעקומען א מעמד באגלייטן ווי טויזענטער חסידים יונג און אלט באגלייטן אהיים דעם רב שליט"א בשירה וזמרה. שפעטער ביים נעילת החג האט דער רב שליט"א באזונדער געוואנטשן די בחורים פון ארץ ישראל זיי זאלן קענען אהיימפארן אן קיין עיכובים און ניצל ווערן פון די גזירת הגיוס.


תגובות


bottom of page