זעקת הקודש פון האד' מתולדות צבי ספינקא ביים נעילת החג קעגן נישט אננעמען בחורים אין ישיבות | רעקארדירונג
פרייטאג פרשת בראשית - כ"ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

גאר שארפע דיבורים זענען געהערט געווארן ביים נעילת החג מוצאי שמחת תורה דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וואו דער רבי האט שארף מוחה געווען איבער דער ווייטאגליכע ערשיינונג פון נישט אננעמען קיין בחורים אין די ישיבות.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די יסודות החינוך וואס מען האט מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים און די אבות הקדושים, און ארויסגעברענגט מיט גרויס ווייטאג די שינויים וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין דעם היינטיגן דור ספעציעל אין דעם עולם הישיבות – ווען מ'האט אנגעהויבן איינטיילן די בחורים און קלאסיפיצירן יעדן בחור מיט א נאמען און דרגה, מיט עקסטערע ישיבות פאר מצויינים, בינונים א.א.וו.
דער רבי שליט"א האט ערווענט אז בימיו ווען ער איז געווען א בחור אין די ישיבה הקדושה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז נישט געווען אזא מושג פון א מצויין, בינונית אדער זיבורית. נאר יעדער בחור וואס האט נאר געהאט א רצון צו לערנען און שטייגן, איז אנגענומען געווארן מיט אפענע ארעמס.
עס איז געקומען די צייט צוריקצוברענגען דעם אלטן דרך המסורה, וויבאלד יעדער איינציגער בחור האט אין זיך דעם כוח מצליח צו זיין און אויסוואקסן במסילה העולה בית קל. די גאנצע הצלחה ווענדט זיך לכתחילה אין די הנהלה און מחנכים – וויפיל קירוב, א שמייכל אדער א גוט ווארט מ'גיט פארן בחור.
באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט דעם גרויסן צער און עגמת נפש אין אומצאליגע אידישע שטובער, ווען טאטעס און מאמעס שטייען אין אזא יום טוב ווי זמן שמחתנו און זייערע הערצער זענען צעבראכן ווייל זייערע בחורים האבן נאך אלץ נישט קיין ישיבה אויף דעם קומענדיגן זמן. דאס אלעס ווייל די מוסדות באגיין זיך מיט פארשידענע חשבונות און ענטפערן אפ אז זיי זענען נישט מחויב אריינצונומען דעם בחור אדער אז ער באלאנגט נישט צו זיי.
דער רבי שליט"א האט דערויף מוחה געווען בכל תוקף און ווידער באטאנט אז זיינע אבות הקדושים, ווי דער הייליגער אמרי יוסף, דער הייליגער חקל יצחק, און דער טאטע הרה"ק מספינקא זי"ע, האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין חשבונות צי דער בחור באלאנגט צו זיי אדער צי עס איז דא א ספציעלע התחייבות וכדומה. דער יסוד איז געווען אז דער בחור זאל באלאנגען צום אייבערשטן, צו די הייליגע תורה, און זאל וועלן זיין א ערליכער איד.
צום שלוס האט דער רבי שליט"א מעורר געווען אז מ'דארף קוקן אויף א בחור מיט א ברייטערן בליק און איינזען אז ווען מ'זעט זיין הצלחה קוקט מען נישט נאר אויף דעם בחור אליין, נאר מ'בויט זיין גאנצן עתיד, זיין שטוב נאך די חתונה און די ערליכע דורות וואס ער גייט אויפשטעלן. דאס איז די אמת'ע שלימות וואס דער אייבערשטער זוכט פון אונז, צו העלפן יעדן בחור אנקומען צום גרעסטן שלימות וואס ער קען אנקומען בתורה ועבודה.





תגובות