מושב טוב ישבת: יו"ט'דיגע שטימונג אין קרית יטב לב ביים ענטפאנגען נייעם רב לקבוע משכנו בתוך העיר
דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

א יו"ט'דיגע שטימונג האט איינגעהילט די ווירבלנדע גאסן אינעם בליענדן שטאט "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג, ווען די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען ברחובות קרי' און מקבל געווען פני כבודו פונעם נייעם רב ואיש על העדה, הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א בנו יקירו פונעם מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועם דער רב האט לעצטע יאר מכתיר געווען לשרת בקודש ולעמוד ולפני העדה ולשרתם אלס מרא דאתרא פון די שטאט.
ביום ג' שנכפל בו כי טוב, דעם דינסטאג בראשית איז דער רב שליט"א ערשינען בתוככי העיר זיך צו דארט באזעצן אויף פערמאנענט און אנהייבן משפיע זיין באופן קבוע ותמידית מהוד כבוד תורתו והדרכתו, זייענדיג א יום שמחה וגילה פאר אלע תושבי העיר, יונג-און-אלט וועלכע האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף דעם פריידיגן מאמענט.
צום באשטימטן זמן אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב חונן געווען את פני העיר, און אראפשפאצירט דעם האני לעין גאס, וואו ס'איז נחת'דיג אויסגעשטעלט די ילדי תלמוד תורה אויף איין זייט און די בעלי בתים, אברכים און בחורי חמד אויף די צווייטע זייט גאס און א ספעציעלע דעזיגנירטע פלאץ פאר די נשים צדקניות
דער רב איז געקומען באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון די הנהלת הקהלה פון וויליאמסבורג אין שפיץ פון הרב יוסף אלי' שלעזינגער גבאי נאמן ביהמ"ד הגדול און הרב יודא אליעזר יאקאבאוויטש מזכיר הקהלה
די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רב מיט הארציגע שירה וזמרה, ולעומתם ברוך יאמרו האט דער רב באגריסט אלע תושבים מיט אן ענוות חן.
דער רב האט צושפאצירט ביז זיין נייע דירה, און צוערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די דייני העיר, די הנהלת הקהלה ואישי הציבור.
מ'האט געהערט די ווארעמע דבר קבלת פנים פון הרה"ח ר' יוסף יוחנן וואלנער מזכיר הקהלה, הרה"ג ר' יואל זוסמאן ראזענצווייג דומ"ץ הקרי', הרה"ח ר' יוסף אלי' שלעזינגער בשם הנהלת הקהלה אין וויליאמסבורג, און דערנאך האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דיבורים פונעם רב שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די סיעתא דשמיא וואס באגלייט דעם שטאט וואס איז נקראת על שמו פונעם רבי'ן זי"ע און דער פאטער דער רבי שליט"א איז עינו ולבו שם כל הימים.
דערנאך האט מען געטרונקען לחיים און דער רב האט ווארעם געוואונטשן פאר אלע משתתפים.
























































תגובות