היסטארישע בריוו פון האד' מסאטמאר צו טראמפ: "מיר זענען אמעריקאנער בירגער, און מדינת ישראל פארטרעט אונז נישט"
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינט איז פארעפענטלעכט געווארן דער לענגערע בריוו וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט איבערגעגעבן פארן הויכגעשעצטער פרעזידענט טראמפ יר"ה ביים היסטארישן אויפנאמע דעם חודש אלול העעל"ט ווען דער פרעזידענט האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים.
בעפאר די אפציעלע אויפנאמע איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריין צום פרעזידענט פריוואט, וואו דער רבי האט פארגעלייגט פאר'ן פרעזידענט פריוואטע בקשות איבער פדיון שבוים און נאך ענינים העומדים על הפרק, און דער רבי האט דערביי איבערגעגעבן א פערזענליכן בריוו, וואס איר אינהאלט איז נישט אנטפלעקט געווארן ביז היינט.
אינעם בריוו טוט דער רבי אונטערשטרייכן אז אידישע אמעריקאנער, זענען קודם כל אמעריקאנער בירגער, און מדינת ישראל פארטרעט זיי נישט און האט נישט קיין רעכט צו רעדן אין זייער נאמען בלויז צוליב זייער אידישקייט.
די רבי ווארפט אפ דעם ציוניסטישן נאציאנאליזם, און טוט אונטערשיידן צווישן דעם רעליגיעזן קשר צו ארץ ישראל און מדינת ישראל אלס א פאליטישע מדינה, און פארלאנגט פון דער אמעריקאנער רעגירונג צו רעספעקטירן דעם אונטערשייד און הערן זייער שטעלונג דירעקט פון זיי.
דער רבי הייבט אן דעם בריוו אז ישראל פארטרעט נישט אמעריקאנער אידן בלויז צוליב דעם וואס זיי זענען אידן. מיר זענען אמעריקאנער אידן און אמעריקאנער בירגער. אונזער אמונה מאכט אונז נישט פאר מיטגלידער פון א פרעמדער פאליטישער נאציאנאליטעט, און קיין שום פרעמדע רעגירונג קריגט נישט קיין רעכט צו רעדן אין נאמען פון אמעריקאנער בירגער צוליב זייער רעליגיע.
איך שרייב אלס אן ארטאדאקסישער אנטי-ציוניסטישער איד. איך בעט בלויז אז אונזער שטעלונג זאל ווערן פארשטאנען פונקטליך. איך בעט אייך נישט אנצונעמען אונזער אמונה, אונזער אנטי-ציוניזם, אדער סיי וועלכע שטעלונג איבער אמעריקע'ס פאליסי לגבי ישראל.
די רבי שרייבט ווייטער: אין די צייטן פונעם בריטישן מאנדאט, האט דער ועד עדת האשכנזים אין ירושלים — די פירערשאפט פון דער אנטי-ציוניסטישער ארטאדאקסישער קהלה, היינט באקאנט אלס די עדה החרדית — זיך געוואנדן צו די מאנדאט-מאכטן מיט א בקשה אנערקענט צו ווערן אלס א באזונדערע רעליגיעזע קהלה. מיר בעטן אז דער זעלבער פרינציפ זאל רעספעקטירט ווערן אויך היינט: ציוניסטישע און אנטי-ציוניסטישע אידן האבן באזונדערע שטעלונגען, און קיינער פון די צוויי טאר נישט רעדן אין נאמען פונעם אנדערן.
ארץ הקודש איז הייליג פאר אונז, אונזער רעליגיעזע פארבינדונג צום הייליגן לאנד גייט נישט ארויף אויפן רעזשים וואס הערשט איבער איר. די מאדערנע מדינת ישראל איז א זעלבסשטענדיגע מדינה אין ארץ הקודש. זי איז נישט, צוליב דעם, דאס פאליטישע היימלאנד אדער דער פארשטייער פון אלע אידן, און זי האט נישט קיין שום רעכט צו רעדן אין נאמען פון אונזער אידישקייט — נישט מער ווי די בריטישע, די אטאמאנער, אדער די מאמלוקן האבן געהאט ווען זיי האבן דארט געהערשט.
דער אונטערשייד איז שוין געזאגט געווארן עפנטליך מיט פינף-און-זעכציג יאר צוריק דורך מיין עלטער-פעטער, רבי יואל טייטלבוים וואס האט קלארגעשטעלט פאר די וועלט אז די ציוניסטן ״זענען נישט די פארשטייער פונעם אידישן פאלק, און אז תורה-געטרייע אידן האבן קיין שום שייכות נישט מיט זיי״.
ווען אן ישראלישער פירער טענה'ט אז ער פארטרעט אונז, פראטעסטירן מיר דערקעגן. מיט עלף יאר צוריק האט פרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו זיך באטיטלט אלס ״א פארשטייער פונעם גאנצן אידישן פאלק.״ וואס ער זאל נישט האבן געמיינט, פארטרעט ער אונז נישט. אידישקייט מאכט אונז נישט פאר זיינע וויילער, און עס מאכט נישט זיין רעגירונג פאר אונזערער.
קיין שום פרעמדע מדינה מעג נישט טענה'ן אז זי פארטרעט אמעריקאנער בירגער וואס זענען נישט אירע בירגער. אמעריקאנער אידן ווערן נישט קיין ישראלים בלויז ווייל זיי זענען אידן. די פון אונז וואס זענען נישט קיין ישראלישע בירגער זענען נישט קיין ישראלים אין גלות. פונדעסטוועגן טענה'ט ישראל צו זיין די נאציאנאלע מדינה פון א פאלק וואס נעמט אונז אריין.
דער זעלבער פרינציפ איז חל אויף פאליסי. ישראל'ס מלחמות, גרעניצן, מיליטערישע פאליסיס, און אויסערן-באציאונגען זענען פאליטישע און אויסערן-פאליסי פראגעס. די שטעלונגען פון דער ישראלישער רעגירונג אין יענע פראגעס פארטרעטן אונז נישט בלויז ווייל מיר זענען אידן. מיר האבן נישט קיין שום גרעסערע פאליטישע פארבינדונג מיט מדינת ישראל ווי מיר האבן מיט יאפאן, אוגאנדע, אדער סיי וועלכן אנדערן פרעמדן לאנד. מיר האלטן אז ישראל'ס מעשים קומען נישט ארויס פון אונזער רעליגיע און פארטרעטן זי נישט; אין אסאך פעלער זענען זיי ממש אין סתירה צו די תורה.
מיר באטראכטן אידן אומעטום אלס אונזערע ברידער אין אמונה. אבער דאס מאכט נישט די באשלוסן פון א פרעמדער רעגירונג פאר עכטע אידישע שטעלונגען. און נאך ווייניגער טאר מען באהאנדלען די פאליסיס פון אן ישראלישער רעגירונג אלס די שטעלונג פון ״די אידן״. ישראלישע בירגער אליין זענען זיך אפט שטארק מחולק איבער זייער רעגירונג און אירע פאליסיס. יענע פאליסיס קענען נישט ווערן צוגעשריבן צו אידן אין אמעריקע בלויז ווייל זיי זענען אידן.
דאס זעלבע איז אויך בנוגע אמעריקאנער ציוניסטישע ארגאניזאציעס. זיי שטייען איין פאר זייערע מיטגלידער. זיי האבן נישט קיין רעכט צו דעפינירן אנטי-ציוניסטישע אידן, צו דערקלערן אונזער אידישקייט פאר אונז, אדער צו זאגן פאר דער אמעריקאנער רעגירונג וואס אונזערע אינטערעסן זענען. אויב אייער אדמיניסטראציע וויל פארשטיין וואס אנטי-ציוניסטישע אידן גלויבן, דארף זי דאס הערן דירעקט פון אונז.
עס איז דא אן ערנסטע סיבה אפצוהיטן דעם דאזיגן אונטערשייד. די באשולדיגונג אז אידישע בירגער זענען מער געטריי צו ישראל ווי צו זייער אייגן לאנד איז אן אלטע פארעם פון אנטיסעמיטיזם. דאס זעלבע איז האלטן אידן קאלעקטיוו פאראנטווארטליך פאר די מעשים פון מדינת ישראל. דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט אידענטיפיצירט ביידע זאכן. די פאראייניגטע שטאטן טארן נישט פארמישן פונקט דעם אונטערשייד וואס יענע באשולדיגונגען מעקן אויס: דער אונטערשייד צווישן אידן און א פרעמדער רעגירונג.
מר. פרעזידענט, ווען אייער אדמיניסטראציע האנדלט מיט אונז, ביטע האנדלט מיט אונז אלס אמעריקאנער — נישט אלס פארשטייער, אפהענגיקע, אדער וויילער פון א פרעמדן לאנד. ישראל קען רעדן פאר ישראל. ציוניסטישע ארגאניזאציעס קענען רעדן פאר זיך אליין. זיי קענען נישט רעדן פאר אונז, און זיי קענען אונז נישט דעפינירן. מיר, אנטי-ציוניסטישע אידן, קענען רעדן פאר זיך אליין.
מיר בעטן אייך צו פארשטיין ווער מיר זענען, ווער עס פארטרעט אונז נישט, און וואו אונזער פאליטישע היים איז. אונזער פאליטישע היים איז די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
בכבוד רב, חתי"ק.










תגובות