וישלח יעקב לפניו: איינדרוקספולער מעמד הכתרה פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א אלס רב ואבד"ק וויזניץ בארה"ב וקאנאדע
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם היינטיגן טאג דינסטאג לסדר ומלכים מחלציך יצאו ווערט איינגעקריצט אלס היסטארישער יום טוב'דיגער טאג בקורות ימי וויזניץ, ווען דער מנהיג העדה רעיא מהימנא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הניף ידו תנופה ביי א רירנדער התרגשות'דיגער "מעמד התמנות" בביתו נאוה קודש, בהתאסף בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, אינאיינעם מיט אנשי הקהלה ראשים וטובים דקהילות הקודש וויזניץ ברחבי אמעריקא און קאנאדע, און ממנה געווען בנו חביבו יקירו ואהובו, הגאון הצדיק רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, לעמוד לשרת בשם השם לימין הקודש, צו דינען אלס דער איש על העדה און רב ואבד"ק חסידי וויזניץ בארצות הברית און קאנאדע.
עס זענען געקומען צו פארן א דעלעגאציע דייני קהילות הקודש, ראשי הקהילות, און עסקנים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן ווי היסטאריע ווערט פארריבן, ווען דער רבי שליט"א שענקט דעם שרביט הזהב און איז מכתיר בנו יקירו לעמוד לשרת בקודש לילך בדרכי אבותיו הגדולים ואב"ד נאמן קראתו לו.
דאס התמנות איז פארגעקומען אינעם היסטארישן מעון הקודש פון די שלושת הרועים אדמורי"י בית וויזניץ הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע, הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע, און יבלחט"א מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אויף רחוב אהבת שלום 15, ווען בראש המסובים זעהן זיך אן די חשובע רבני הקהילות אין אמעריקא הרה"ג רבי יעקב זיידע שליט"א דומ"ץ וויזניץ אין וויליאמסבורג, הרה"ג רבי יחיאל מיכל דאסקאל שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בארא פארק, הרה"ג רבי מרדכי בערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ אין מאנסי, און הרה"ג רבי יעקב מאיר פארקאש שליט"א דומ"ץ וויזניץ אין מונטריאול. אין צוגאב האבן זיך משתתף געווען הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און דעם רבינ'ס קינדער הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ און הגה"צ רבי יצחק ישעיה האגער שליט"א.
נאכן זינגען א צאל ווארימע ניגונים האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי ישראל מיללער שליט"א חבר בית דין צדק וויזניץ וועלכער האט בקוצר אמרים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ביי עדת חסידי וויזניץ בכל מקום שהם און בפרט תושבי אמעריקע, ארומרעדנדיג בשבחו פונעם נייעם רב, און דערביי פארגעליינט בקול רגש די ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פארלאפענעם דאנערשטאג תולדות, און איז אפגעשריבן געווארן נכתב וחתום בפקודת הקודש, וואו דער רבי דרוקט אויס רצון קדשו ממנה צו זיין בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א אלס רב וואס זאל פירן די קהילות ברמה כראוי וכיאות, און זיך אפגעבן מיט אלע רבנישע אנגעלעגנהייטן, און שטארק געבעטן מען זאל אויספירן זיין רצון און שטיין לימינו פון זיין זון דעם נייעם רב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די מזונות און פארטיילט פאר די קינדער און די רבני הקהילות, און דערביי געוואונטשן לחיים בפנים מאירים פאר בנו יקירו הגה"צ דער רב שליט"א, שיהיה ה' אלוקיו עמו ער זאל זוכה זיין אריינצובאקן אין אידישע קינדער דעם דרך פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הקדוש, און מקרב זיין אידישע קינדער לעשות רצון אבינו שבשמים.
ספאנטאן האט דער ציבור אויסגעשריגן מזל טוב, און מען האט געזינגען 'סימן טוב ומזל טוב' און דערנאך אודה השם בכל לבב, מיט טיפע הרגשים פון שבח והודאה על שהגיענו עד הלום.
דאן האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דיבורים פונעם רב שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו הטוב להאי יומא דקא גרים, און אז מ'בעט און מ'קוקט ארויס אויף סייעתא דשמיא צו קענען מצליח זיין, און זיין א שליח נאמן עושה שליחותו פונעם גרויסן טאטן דער רבי שליט"א, אויסצופירן זיינע אלע הייליגע שאיפות.
באזונדער האט ער געמאלדן אז ער האפט מיטן אייבערשטנס הילף זיך בקרוב אריבערצוציען קיין אמעריקא לעמוד לשרת בקודש מקירוב מקום, ווען אין די זעלבע צייט וועט ער פארבלייבן נאנט בנפש און מקושר צום רבי'ן שליט"א לאורך ימים ושנים טובות על מי מנוחות.
צום שלוס האט הגאון רבי יחיאל מיכל דאסקאל שליט"א ראש ישיבת וויזניץ אין בארא פארק פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן שליט"א די קבלות טובות אין לימוד התורה וואס די בחורים תלמידי ישיבת וויזניץ בארא פארק האבן זיך אונטערגענומען לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, לרגל די חתונה פון זיין אור-אייניקל וואס קומט פאר מארגן מיטוואך.
דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט א ניגון שמחה לחיי מלכה, מיט א הייסע תפילה אז דער רבי שליט"א זאל קענען באגלייטן בנו חביבו דעם נייעם רב מיטן כתר הרבנות נאך לאנגע געזונטע יארן בבריאות גופא ונהורא מעליא.








































תגובות