יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מריבניץ זי"ע אפגעראכטן מיט רגשי קודש דורך אלפי ישראל | ברייטע דעקונג
פרייטאג פרשת בראשית - כ"ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

שווערע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אנגעהויבן פון מוצאי יום טוב, און אין די טעג דערויף פוקד געווען דעם ציון הקדוש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מריבניץ זי"ע, וואס איז באקאנט אלס א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות וכל מילי דמיטב.
טראץ דעם וואס מען האלט שוין איבער 30 יאר זינט דער הסתלקות פונעם ריבניצער רבי'ן זי"ע, ווערט דער ציבור נתרבה יאר יערליך מער און מער, און דער ציון הק' איז געווארן א תל תלפיות וואס ווירבלט מיט פילצאליגע אידן טאג און נאכט דורכאויס דעם גאנצן יאר. ספעציעל אין זמנים מיוחדים ווי ערב ראש חודש און בימי ההילולא קדישא כ"ד תשרי, ווי אלפים ורבבות קומען אהין זיך אויסגיסן די הערצער בזכות הצדיק, און וויפיל צעבראכענע הערצער טרעפן דארט זייער טרייסט און גייען אהיים מיט באנייטע האפענונג.
ווי אין די פארגאנגענע יארן, איז אהערגעשטעלט געווארן א מייסטערהאפטיגן סדר, בכדי צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור, וואס האט אריינגערעכנט ספעציעלע פארקירונג לאטס פאר די קארן, שאטלס ארויף ביז צום ביה"ח, טעימה קלה, ווי קאווע מזונות און נאך, מיט א שאטער ווי צו קענען פארבייסן, א ספעציעל דעזיגנירטע מנינים צענטער, ווי צו קענען אפרעכטן די תפילות, און דערצו א ריזיגן שאטער אויפן גאנצן שטח פונעם ציון הקדוש, מיט באזונדערע שורות און ערטער פאר מענער און פרויען, און נאך שאטערן ארום ארום צו קענען צינדן לעכט און שרייבן קוויטלעך.
דער מייסטערהאפטיגן סדר איז געווארן אנגעפירט דורכן מייסטער ארגאניזירער ר' יוחנן פליישמאן הי"ו, פון די בארימטע וויי.עף. פראדאקשען, אין צוזאמענארבעט מיט די ראקלענד חברים ארגאניזאציע, די כתר פאבליק סעיפטי און מיט די וויזניצער חברא קדישא, וואס דער ביה"ח איז אונטער זייער פירערשאפט.אדאנק די געמיינזאמע צוזאמענארבעט האבן די אלפים ורבבות אידן געקענט זיך אויסגיסן דאס הארץ אויפן ציון המצוינת מיט הרחבת הדעת, ווען פילע עסקנים זענען געשטאנען גרייט ארויסצוהעלפן יעדן יחיד און דער רבים מיט אלע באקוועמליכקייטן.
צוליב דעם וואס דער יארצייט געפאלט אום אסרו חג, וואס איז נישט קיין גרינגע טאג פאר פילע מענטשן, האט דער שטראם זיך נישט אפגעשטעלט ביים ענדע טאג, נאר אידן האבן ממשיך געווען צו קומען דורכאויס דעם גאנצן נאכט מאנטאג, ווען אלע איינריכטונגען פונעם יארצייט האבן ווייטער ממשיך געווען צו פונקציאנירן גענוי ווי בייטאג.









































































































































תגובות