תושבי ארצינו הקדושה רישן זיך מיט פרייד מקבל פנים צו זיין האד' מסטיטשין; גרויסארטיגער שבת אין ירושלים עיה"ק
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי סטיטשין אין ארץ ישראל גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין דער מנהיג העדה ומורה דרכם, הוד כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וועלכער גרייט זיך ארויסצופארן אויף א געהויבענע באזוך קיין ארץ ישראל, משפיע צו זיין מהודו פאר עדת חסידי ומעריצי סטיטשין בארצינו הקדושה.
דער רבי שליט"א קומט צופארן לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק מסטישטין זי"ע בעל מנחת יהודא וואס געפאלט אויס קומענדיגן ט' חשון, און צו דעם געלעגנהייט האט דער רבי שליט"א באוויליגט צו פראווען אן ערשטמאליגער גרויסער שבת בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, דעם קומענדיגן שבת פ' נח הבעל"ט.
דער רבי שליט"א וועט לאנדן על אדמת ארץ הקודש, דעם דערנשטאג פ' נח באגלייט מיט א גרעסערע קבוצה חסידים פון ניו יארק, אין צוגאב צו פילע חסידים וואס וועלן זיך אנשליסן אין די מסע הקודש, פון אייראפע און אנדערע מקומות.
דער לעכטיגער שבת קודש המתאחדת וועט געוויס זיין דער קלימאקס פונעם באזוך, און וועט גוט אויסגענוצט ווערן דורך תושבי ירושלים עיר הקודש צו קענען בייוואוינען דעם רבינס געהויבענע עבודה על דרך אבותיו הק' צדיקי בית סטישטין - ראזוואדוב, וואס איז נתפרסם געווארן אין די לעצטע יארן, און במיוחד נאך וואס דער טוט גאר זעלטן פראווען שבתים אין דער פרעמד.
ווי נאר דער רבי שליט"א האט נעתר געווען צו די מערערע הפצרות פון די חסידים צו פארבלייבן אויף שבת אין ירושלים, האבן די עסקנים אנגעהויבן מיט די הכנות צום גרויסן באזוך, זוכנדיג פאר א פאסיג ארט צו אקאמאדירן די מאסן חסידים, געסט און אנשי ירושלים וועלכע ווערן דערווארטעט צו שטראמען צום געהויבענעם טיש און די הייליגע תפלות.
זונטאג וועט דער רבי שליט"א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין טבריה וואו מען וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק מסטיטשין זי"ע מקום מנוחתו כבוד אויפן בית החיים העתיק אין שטאט, שטייענדיג אין די טעג איידער די 45'סטע הילולא קדישא וואס געפאלט אויס די נאכפאלגנדע דינסטאג. מען וועט דערביי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין גליל אריינגערעכנט אתרא קדישא מירון ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
אויפצומארגנס מאנטאג וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק וואו דער רבי וועט כמידי שנה בשנה פראווען די הילולא קדישא בבית מדרשו של רבי אין שטאט בארא פארק.





תגובות