top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער פראיעקט בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר מיט אויפבוי פון פרעכטיגע "תקנות תנאים-זאלן"

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

ווי שוין באריכטערט האט דעם פארלאפענעם זמן שמחתינו אפגעקלינגען צווישן אלפי חסידי סאטמאר אומעטום, די פריידיגע נייעס איבער א ווייטגרייכנדער שריט אינעם ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, סיי להרחיב דעתו של צדיק ואלפי חסידי סאטמאר הבאים בצלא קדישא עלאה, און סיי אהערצושטעלן א זעלטענעם דורכברוך לטובת די חסידים בעלי שמחה זאלן קענען פראווענען שמחות צאצאיהם מתוך הרחבת הדעת.


אין די טעג פון ערב סוכות, איז ערשינען בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, הנגיד ר' יצחק זאב ראבינאוויטש הי"ו, מגדולי פארי תומכי ק"ק סאטמאר ומוסדותיה, אינאיינעם מיט בנו הנגיד ר' רפאל ראבינאוויטש הי"ו און בני משפחתו במעמד ראשי הקהילה, און אונטערגעשריבן א פילאנטראפישע "שטר זכות" מיט די הנהלת הקהלה און מיטן רבי'ן שליט"א, להחיות נפש צדיק.


דער חשובע נדיב האט בחפץ לבו הטוב גענומען אויף זיך א פאנטאסטישע סומע, אין די מיליאנען, אדורכצופירן א מאסיווע גענצליכע איבערבוי-פראיעקט בביתו נאוה קודש און אהערשטעלן פראכטפולע נייע ״תנאים זאלן״ לטובת חסידי סאטמאר צו קענען פראווען שמחות אויף א שיינעם הערליכן פארנעם, אבער פאר אויסנאם ביליגן פרייז בדרך כבוד הראוי.


די מנהג טוב איז שוין איינגעפירט געווארן דורך הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע מיט צענדליגער יארן צוריק, מיט זיין אויסטערלישער תשוקה ארויסצוהעלפן לינדערן די הוצאות החתונה, צו געבן די געלעגנהייט פאר חסידי סאטמאר צו פראווען תנאים'ס, אינעם ביהמ"ד אויפ'ן ערשטן שטאק בביתו נאוה קודש, פאר א שיבוש פונעם געווענליכן קאסט, וואס האט בשעתו אפגעראטעוועט אומשאצבארע געלטער פונעם ציבור, און כדאי אידן זאלן זיך צוכאפן צום נייעם 'סטאנדארט', בימים ההם, האט דער רבי דער ברך משה זי"ע באוויליגט אוועקצוגעבן מעתו היקר, אין די עלטערע יארן, און זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא, צו קומען באשיינען די מסיבות תנאים, און אליין געלייענט דעם תנאים פאר אזויפיל טויזענטער חתנים.


במשך די לעצטערע יארן, בשעת ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מעמיד געווען די פילצאליגע ביליגע זאלן אין וויליאמסבורג לתועלת הציבור, די פרדס און נזר זאלן, וואס שפארן אפ שווערע צענדליגער מיליאנען פאר מחותנים — האט אבער דער רבי שליט"א שטענדיג ווייטער אויסגעדרוקט אוות נפשו ורצונו, צו ממשיך זיין בדרכי אביו, און אויך צושטעלן אזא מעגליכקייט, פאר די וואס זענען גרייט צו גיין אויף נאך א ביליגערן סטאנדארט, ממש כמעט בחינם, אז זיי זאלן עס קענען אפרעכטן בתוך ביתו נאוה.


אצינד האט זיך פארווירקליכט דער "מגלגלין זכות ע"י זכאי", ווען דער נדיב האט מדעתו ורצונו הטוב זיך אנגעטראגן אדורכצופירן דעם הייליגן פראיעקט למלאות רצון צדיק, און וועט סיי פינאנצירן און סיי פערזענליך באגלייטן דעם אויפבוי פון די נייע זאלן, וועלכע וועלן ווערן באקרוינט בכתר שם טוב "אולם שרה לאה" על שמה פון זיין טייערע אייניקל, הילדה שרה לאה ע"ה בת בנו יבלחט"א מוה"ר רפאל אלימלך הי"ו, לשמה ולזכרה לעולמי עד.


גלייכצייטיג וועט דער נדיב גענצליך איבערבויען דעם גאנצן ערשטן שטאק פון ביתו נאוה קודש, אהערצושטעלן אלעס גענצליך שפאלג-ניי לכבוד ולתפארת, מתוך הרחבה והרוחה כראוי וכיאות פאר'ן תל תלפיות אשר כל פיות אליה פונים.


עס וועט אי"ה ווערן אויפגעבויעט א שפאלג-נייער פראווע-צימער פאר'ן רבי'ן שליט"א אויפ'ן ערשטן שטאק, א גרעסערע-ווארט זאל, באזונדער פאר מענער און פאר נשים, און אלע צוגעהערן, להרחיב דעתו של צדיק ולרחבת הציבור, אזוי אויך א הערליך-נייער פריוואטער ביהמ"ד פאר'ן רבי'ן, פאר די תפלות אינדערוואכן ובזמנים מיוחדים במשך השנה, און אזוי אויך נאך פילע איינריכטונגען לתפארת ולטובת ביתו נאוה קודש, צו קענען פראווען די שמחות, די הייליגע סדרים נעכט, ולתועלת כל קהלא קדישא הדין.


דער חתימת השטרות איז פארגעקומען "ערב סוכות", בקודש פנימה, וואו דער נדיב איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט בנו הנגיד מוה"ר רפאל הי"ו, און דארט אונטערגעשריבן דעם שטר זכות, נכתב ונחתם בטבעת המלך. 


ווי געמאלדן האט דאס נאכגעפאלגט ביום א' דחוה"מ סוכות, מיט א ביקור הוד פון רבי'ן אינאיינעם מיט בניו הגאונים הצדיקים שליט"א אין דער סוכה פון הנגיד רבי יצחק זאב אין באגלייטונג פון ראשי ופני הקהילה, וואו מען האט געהערט שיינע דרשות איבער די מורא'דיגע אויפטו פון אוועקשטעלן דעם בית הגדול והקדוש תל תלפיות להרחבת דעתו של צדיק כראוי וכיאות, און במיוחד די ישועה פאר מחותנים בעת שמחתם צו קענען פראווען די שמחות התנאים אויפ'ן ביליגסטן אופן, אבער פארט אויף א רייכן פארנעם, און דערביי זוכה זיין צום השתתפות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע וועט ליינען די תנאים ביי די אלע שמחות.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בשבחו פונעם נדבן און געוואונטשן ווארימע ברכות צו קענען ווייטער אנגיין מיט די מעשי הצדקה והחסד ביתר שאת ועוז, מתוך נחת והרחבת הדעת, צום שלוס האט אים דער רבי איבערגעגעבן א "מנחת שי", דעם ספר החדש "קול יהודה", איינגעבונדן אין פראכטפולן לעדער, וואו דער רבי שליט"א האט ערב סוכות טרם כניסת היום אריינגעשריבן פערזענליך בכתיבת יד קדשו דברי ברכה ותודה, צום שלוס האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף א ריקוד מיטן נדבן און בני משפחתו איבערלאזנדיג א ברכה מרובה.


לויט ווי איבערגעגעבן פון דער הנהלת הקהילה, ווערן די פלענער שוין געפארטיגט אין די יעצטיגע טעג, ווען דער נדיב, ר' יצחק ובנו ר' רפאל ארבעטן אינאיינעם האנט ביי האנט מיט די משמשים בקודש צו פארזיכערן אהערצושטעלן דעם שענסטן געשטעל פאר דעם גולת הכותרת ותל תלפיות, און מ'האפט אינגיכן זיך צו קענען נעמען צו דער ארבעט בסייעתא דשמיא.

תגובות


bottom of page