קאכעדיגע ריתחא דאורייתא צווישן רבנן ותלמידיהון אין בית שמש מיטן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

טויזנטער בני תורה תושבי בית שמש האבן דעם דאנערשטאג געהאט די זכי' מיטצולעבן זעלטענע שעה'ן פון ריתחא דאורייתא ופלפולא של תורה ביים מעמד ריתחא דאורייתא בראשות דעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל אנגעקומען קיין בית שמש צום געהויבענעם מעמד וואס איז אפגעהאלטן געווארן ביים גרויסן רחבת הכינוסים אין די רמה א' געגנט, ביי וועלכן דער ראש ישיבה האט פארגעלייגט שאלות חמורות אין פארשידענע סוגיות אין ש"ס, וואס האט פארכאפט דעם פול געפאקטן זאל מיט הונדערטער לומדי תורה אין א פייערדיגע פלפולא דאורייתא, זה בונה וזה סותר כדרכה של תורה.
נאכן פייערדיגן פלפולא דאורייתא האט דער גאון משמיע געווען דברים חוצבים בעניני השעה, וואו ער האט ארומגערעט מיט דברי הכנה צום ווינטער זמן וואס איז דאס יאר א לאנגער זמן פון זעקס חדשים זייענדיג א איבער יאר וואס זענען געווידמעט אויף לימוד התורה בעיון וברציפות, דערביי האט דער ראש ישיבה מעורר געווען איבער די וויכטיגקייט און חוב אנטייל צו נעמען אין די נאנטע בחירות אין ארץ ישראל, זייענדיג א הוראת הקודש פון די פריערדיגע גדולים נאך פונעם הייליגן חזון איש, און די חובת השתדלות כדי מיר זאלן קענען לערנען תורה און היטן אויף די לומדי תורה, בפרט אין די יעצטיגע שווערע זמנים.
















תגובות