top of page
האד' מראחמיסטריווקא שליסט זיך אן בצירופא דרבנן אויף די היסטארישע נסיעה לטוב
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין א ווייטערדיגן אנטוויקלונג איבערן היסטארישער נסיעה פון די גדולי ומאורי הדור קיין אייראפע לטובת דער קרן עולם התורה, האט זיך כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א היינט ארויסגעלאזט אין וועג קיין לאנדאן, וואו דער רבי וועט, אויפ'ן פערזענליכן פארלאנג פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, זיך אנשליסן בצירופא דרבנן אויף דער היסטארישער נסיעה. שוין זינט דער גרינדונג פון קרן עולם התורה שטייט דער ראחמיסטריווקא רבי מיט מיט


ביקור גומלין: האד' מסטריקוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש נעכטן מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין באזוך ביי שאר בשרו מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א, זיך צו באדאנקען און אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די געוואלדיגע כוחות וואס די ראש הישיבה האט אריינגעלייגט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן, להצלחת המערכה ביי די וואלן אין ארץ ישראל. במשך דעם באזוך איז אויך ארומגעשמועסט געווארן איבער די אזוי גערופענע חרדי'שע פארטייען, וועלכע האבן פרובירט צוצונעמען


הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'


ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז מחזק ש"ב האד' מסטריקוב נאך פגיעה בכבוד תורתו
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלעזר פיינשטיין אין א זעלטענעם און היסטארישן שריט, איז דער זקן ויושב בישיבה מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקא, היינט באישון ליל אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק ביי שאר בשרו האדמו"ר מסטריקוב שליט"א, צו מחזק זיין דעם רבי'ן נאך די שרעקליכע פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן ביי א חתונה אין בני ברק, ווען דער סטריקובער רבי איז באפאלן געווארן דורך אינשי דלא מעלי, וועלכע האבן על דעת עצמם מבזה געו


קאכעדיגע ריתחא דאורייתא צווישן רבנן ותלמידיהון אין בית שמש מיטן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש טויזנטער בני תורה תושבי בית שמש האבן דעם דאנערשטאג געהאט די זכי' מיטצולעבן זעלטענע שעה'ן פון ריתחא דאורייתא ופלפולא של תורה ביים מעמד ריתחא דאורייתא בראשות דעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל אנגעקומען קיין בית שמש צום געהויבענעם מעמד וואס איז אפגעהאלטן געווארן ביים גרויסן רחבת הכינוסים אין די רמה א' געגנט, ביי וועלכן דער ראש ישיבה האט פארגעלייגט שאלות חמורות אין פארשידענע סוגיות אין ש"ס, וואס האט פא


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נ


ותורה יבקשו מפיהו: יערליכע באזוך דורך ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר אין ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מירער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור. דער היכל הישיבה און אלע אירע פליגלען זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער יונגעלייט און בחורים בני תורה וועלכע האבן זיך


בהוראת גדולי ישראל: הרב יעקב אשר וועט איבערנעמען אמט פון הרב משה גפני אלס פארזיצער פון "דגל התורה"
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער ליטווישע תורה וועלט אין ארץ ישראל איז אויף מיט די דראמאטישע נייעס אינערהאלב די דגל התורה פארטיי ווען דער מנהיג עולם התורה מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א האט געשיקט א פערזענליכע דאנק-בריוו פאר די לאנגיאריגע חברי כנסת הרב משה גפני און הרב אורי מקלב, זיך צו באדאנקען פאר זייער אומערמידליכע עסקנות במשך השנים, און זיי געלאזט וויסן אז מען גייט זיי ערזעצן מיט יונגערע פרישע ענערגיע. אין דעם בריוו אדרעסירט צו הרב משה


ווידיאו • ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א באשיינט שבע ברכות אין סטריקובער הויף
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א באשיינט שמחת השבע ברכות אין סטריקובער הויף
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אויפדערנאכט איז הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול סטריקוב אין בני ברק, וואו ער האט באשיינט דעם צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סטריקוב, לרגל די שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א, די כלה איז א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי פנחס נפתלי בראנדער שליט"א. ווי באקאנט איז דער סלאבאדקער ראש ישיבה א נצר קודש בן אחר בן פונעם סטריקובער דינאסטיע א


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער און גאר זעלטענער באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, ווען מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער בין הזמנים טעג אין ירושלים אויף אפרוה, איז געקומען באזוכן דעם רב שליט"א, נאכדעם וואס די צוויי גדולי ישראל קרבניטי היהדות החרדית האבן קיינמאל פריער נישט באזוכט איינער דעם אנדערן. במשך דער באזוך וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין די אי


בָּכוֹ תִבְכֶּה בַּלַּיְלָה • תשעה באב ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


ווידיאו • משלחת גדולי ומאורי ישראל באזוכן אין שטאט שיקאגא לטובת דער "קרן עולם התורה"
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • מעמד ריתחא דאורייתא אין עיה"ת לעיקוואד בראשות ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


קאכעדיגע ריתחא דאורייתא צווישן רבנן ותלמידיהון אין לעיקוואד מיט'ן שר התורה מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי קובין, דניאל נפוסי. הונדערטער גאוני לעיקוואד רבני ותלמידיהון האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן זעלטענע שעה'ן פון ריתחא דאורייתא ופלפולא של תורה בראשות דעם אורח הדגול, שר התורה וממנהיגי עולם התורה בארה"ק, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער איז אצינד צוגאסט אין אמעריקע אין די ראמען פון די מסע הגדולים אויפצוטרייבן שטיצע פאר'ן "קרן עולם התורה". דער אייגנארטיגער מעמד ריתחא דאורייתא איז אפגעהאלטן


ווידיאו • הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא
מאנטאג בהעלותך • ט"ז סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישע באזוך פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין בארימטער "טשעבינער ישיבה"
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט די העכסטע מאס כבוד התורה האבן די הונדערטער בחורי חמד פון די גרויסע טשעבינער ישיבה אין ירושלים דעם מאנטאג מקבל געווען פני כבוד תורתו פון הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ומנהיג עולם התורה, וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם היסטארישע באזוך בין כותלי הישיבה הקדושה, וואס איז פון די סאמע גרעסטע חסידישע ישיבות אין ארץ ישראל. אנקומענדיג אין ישיבה איז די ראש הישיבה שליט"א אויפג


דראמא: חרדישע חברי הכנסת פון דגל התורה פארלאזן קאאליציע לויט הוראה פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אינעם מערכה כבידה קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארצינו הקדושה האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א נארוואס איבערגעגעבן זיין באשלוס און דעת תורה הברורה אז די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי, זאלן תיכף פארלאזן די קאאליציע און אויפלעזן די רעגירונג. דורכאויס א זיצונג היינטיגן דינסטאג נאכמיטאג האבן די חרדישע פארטרעטער אין כנסת, איבערגעגעבן א רעפארט אי


שטורמישע "דרשת פתיחת הזמן" איבערגעגעבן דורך ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א בהיכל ישיבת פאנאוויטש
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכמיטאג האט מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבה סלאבאדקע אפגעהאלטן דעם "דרשת פתיחת הזמן" בהיכל ישיבת פונאוויטש במעמד פון די טויזענטער תלמידי הישיבה. בראשית דבריו האט דער ראש הישיבה געשילדערט פארשידענע זכרונות פונעם מקום תורה אשר הי' שם אהלו בתחלה, נאכדעם וואס די פאנאוויטשער רב ז"ל האט מייסד געווען די ישיבה. צווישן די ווערטער האט די ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט גאר שארפע רי


ווידיאו • מעמד ריתחא דאורייתא והקבלת פני רבו לכבודו פון מנהיג עולם תורה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
מוצאי שב"ק פ' טהרה • א' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

