ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז מחזק ש"ב האד' מסטריקוב נאך פגיעה בכבוד תורתו
עודכן: לפני 50 דקות
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלעזר פיינשטיין
אין א זעלטענעם און היסטארישן שריט, איז דער זקן ויושב בישיבה מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, ראש ישיבת סלאבאדקא, היינט באישון ליל אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק ביי שאר בשרו האדמו"ר מסטריקוב שליט"א, צו מחזק זיין דעם רבי'ן נאך די שרעקליכע פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן ביי א חתונה אין בני ברק, ווען דער סטריקובער רבי איז באפאלן געווארן דורך אינשי דלא מעלי, וועלכע האבן על דעת עצמם מבזה געווען דעם רבי'ן אויף א שרעקליכן אופן, שפאנדיג א פגיעה חמורה בכבוד התורה, און דערצו האבן די צולאזטע יונגען גענומען די עזות מצח און געהויבן הענט אויף די ארומיגע וועלכע האבן זיך אנגענומען פאר'ן רבי'נס כבוד. נאך וואס די הצלה האט אונטערזוכט דעם רבי'ן האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער רבי איז אפגעקומען מיט בלויז לייכטע יסורים בחסדי שמים.
ווי פארשטענדליך, האט דער שוידערליכער אינצידענט אויפגעשאקלט דעם גאנצן יהדות הנאמנה, וועלכע זענען אויפגעציטערט געווארן צו הערן איבער די פגיעה בכבוד תורתו פון א מנהיג עדה קדושה בישראל און בפרט ווען די רעדע איז איבער די סטריקובער רבי'ן, וואס איז פאררעכנט אלס איינע פון די אנגעזעהנע אדמו"רים אין ארה"ק.
היינט אינדערפרי, ווען דער ראש הישיבה שליט"א האט זיך דערוואוסט פון די נעכטיגע פאסירונג, איז ער ממש דערציטערט געווארן און אויסגעדריקט רצון קדשו אריבערצוגיין אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א, מיט וועמען ער האלט אן א נאנטע קירבה משפחתית, זייענדיג א נצר קודש בן אחר בן פונעם סטריקובער דינאסטיע, און דערביי מחזק זיין דעם רבי'ן נאך די שווערע איבערלעבעניש.
טראץ זיין איבערגעשטרענגטן סדר היום און הויכן עלטער, האט דער ראש הישיבה שליט"א זיך מטריח געווען בטרחא דגופא, און אין א זעלטענעם שריט אריבערגעקומען פריער אויפדערנאכט אויף א באזוך צום רבי'ן, זייענדיג א זעלטענהייט אז דער ראש ישיבה זאל ארויסגיין פון שטוב אין אזא שפעטע שעה.
ביים אנקומען צום סטריקובער בית המדרש אויף רחוב אלשיך אין בני ברק, איז דער רבי ארויסגעקומען מקבל פנים צו זיין דעם ראש הישיבה, און די צוויי זענען אריין בחדרו הפרטי פונעם רבי'ן אין בית המדרש. ביים באזוך זענען אנוועזנד געווען בלויז דער ראש הישיבה און זיינע באגלייטער, צוזאמען מיט די קינדער פונעם רבי'ן און געציילטע מקורבים.
צוערשט האט דער ראש הישיבה זיך אינטערעסירט בשלומו הטוב פונעם רבי'ן און זיך נאכגעפרעגט וויאזוי ער שפירט נאך די נעכטיגע געשעעניש. דערנאך האט זיך אנטוויקלט א תורה'דיגע שמועס פון ארום א האלבע שעה, איבער פארשידענע ענינים און בפרשת השבוע, ווי אויך איז דערמאנט געווארן די היינטיגע יארצייט פון הגה"ק מטשעבין זצוק"ל וועם דער ראש הישיבה האט נאך זוכה געווען צו קענען.
צום שלוס האט דער ראש הישיבה שליט"א געוואונטשן דעם רבי'ן ברכות לרוב, און אויסגעפירט אז מ'זאל זיך טרעפן נאר אויף שמחות און פרייליכע אומשטענדן. נאכן באזוך האט דער סטריקובער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה לרחובה של עיר.









תגובות