top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמא: חרדישע חברי הכנסת פון דגל התורה פארלאזן קאאליציע לויט הוראה פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אינעם מערכה כבידה קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארצינו הקדושה האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א נארוואס איבערגעגעבן זיין באשלוס און דעת תורה הברורה אז די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי, זאלן תיכף פארלאזן די קאאליציע און אויפלעזן די רעגירונג.


דורכאויס א זיצונג היינטיגן דינסטאג נאכמיטאג האבן די חרדישע פארטרעטער אין כנסת, איבערגעגעבן א רעפארט איבער די נאכאנאדע פארהאנדלונגען מיטן פרעמיער מיניסטער נתניהו וכד דיליה וואס זענען געגאנען לריק, טראץ זייערע כסדר'דיגע הבטחות, האבן זיי נישט מצליח געווען אויפצוקומען מיט א חק וואס שטעלט צופרידן דעם חרדי'שן ציבור, און די שווערע לאגע פון די בחורי הישיבות און אברכי הכוללים איז בלויז געווארן ערגער, נאך וואס דאס ציוניסטישע געריכט האט פארארדענט זאפארט צו אינפארסירן די ביטערע גזירה, און די מוסדות התורה האבן פארלוירן רעגירונגס הילף פראגראמען, וואס דאס איז אויסער די געלט סאנקציעס וואס איז אין די לעצטע תקופה צוגעלייגט געווארן צום חוק הגיוס.


דער ראש הישיבה איז דעריבער געקומען צו א מסקנא אז מען שוין מער נישט געטרויען נתניהו און מען זאל זאפארט אומווארפן די רעגירונג וואס באדייט אז מען וועט ווארשיינליך ארויסגיין אין בחירות אין די נאנטע חדשים.


דערצו האט דער ראש הישיבה אפגעשריבן זיין קלארן החלטה אין בכתב ידו, אין א קורצן בריוו וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: ״לכבוד חברי הכנסת החרדים של דגל התורה שליט"א אתם עשיתם מעל ומעבר את שליחותכם נאמנה. ואין לנו אמון בראש הממשלה איננו מרגישים שותפים שלו יותר. איננו מחויבים לו. ואנחנו נעשה מכאן ואילך רק מה שאנחנו חושבים שטוב ליהדות החרדית ולדעתנו צריך בחירות בהקדם היותר מהר. כל מיני דיבורים על גוש אינם קיימים יותר. בכאב ובחרדה, דוב לנדו״


לויט די באריכטן האט נתניהו אין די לעצטע שעות פרובירט אפצוהאלטן די חרד׳ישע פארטייען פון אויפלעזן די רעגערונג, און געשיקט שלוחים צו פארהאנדלען מיט די חברי הכנסת. דער ראש הישיבה האט זיך אבער געהאלטן ביי זיינס און נישט געוואלט הערן פון קיין פרישע פארהאנדלונגען אדער הבטחות וכדומה.



bottom of page