top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטורמישע "דרשת פתיחת הזמן" איבערגעגעבן דורך ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א בהיכל ישיבת פאנאוויטש

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

היינט נאכמיטאג האט מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבה סלאבאדקע אפגעהאלטן דעם "דרשת פתיחת הזמן" בהיכל ישיבת פונאוויטש במעמד פון די טויזענטער תלמידי הישיבה.


בראשית דבריו האט דער ראש הישיבה געשילדערט פארשידענע זכרונות פונעם מקום תורה אשר הי' שם אהלו בתחלה, נאכדעם וואס די פאנאוויטשער רב ז"ל האט מייסד געווען די ישיבה.


צווישן די ווערטער האט די ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט גאר שארפע רייד אקעגן די מדינת ישראל מדינה, פארן גוזר זיין גזירות אריינצושלעפן לומדי תורה אין די טמא'נע מיליטער.


די ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט די ערליכע אידן גלייבן אז אלע נסיונות זענען מן השמים, אבער דער סוף וועט זיין אז די רשעים וועלן האבן א מיאוס'ע מפלה און זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון אויף זייערע פינסטערע מעשים אקעגן די לומדי תורה.


דער ראש ישיבה שליט"א האט קלארגעשטעלט, אז אפגעזען די נושא איבערן חק הגיוס, איז דאס פאר די לומדי תורה נישט קיין ענין דמשתמע לתרי אנפין, דאס איז קלאר אז בני הישיבות גייען זיך נישט מאבלאזירן אינעם מיליטער בשום פנים וצורה שיהיה. די לומדי תורה דארפן גענצליך אינגנארירן די גזירת הגיוס, און דארפן בלויז מוסיף זיין בלימוד התורה און אויפשטעלן פרישע מקומות תורה.


דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט, אז ערליכע פרומע אידן וועלן גענצליך איגנארירן די החלטות פונעם בג"ץ אויב דאס איז פוגע אין לומדי תורה, און עס איז זיכער אז די גאנצע גזירה וועט בטל ווערן, און דאס איז נאר א נסיון אקעגן לומדי תורה אויף וואס מיר מוזן לוחם זיין בתוקף ועוז.


די קלארע און אויפריכטיגע רייד פונעם ראש הישיבה שליט"א האבן אריינגעבלאזן עמער'ס מיט חיזוק פארן עולם התורה זיך צו האלטן שטארק אין די יעצטיגע שווערע תקופה.


נאכן מעמד אין היכל הישיבה, איז דער ראש הישיבה אנגעקומען אויף א באזוך ביים פאנאוויטשער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א, ווי עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע תורה'דיגע שמועס בפלפולא דאורייתא.


דערנאך האבן די טויזענטער תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה שליט"א ביז צום קאר מיטן פאסיגן כבוד התורה בשירה ובזמרה.



תגובות


bottom of page