ביקור גומלין: האד' מסטריקוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א אפגעשטאט א ביקור גומלין באזוך ביי שאר בשרו מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א, זיך צו באדאנקען און אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די געוואלדיגע כוחות וואס די ראש הישיבה האט אריינגעלייגט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן, להצלחת המערכה ביי די וואלן אין ארץ ישראל.
במשך דעם באזוך איז אויך ארומגעשמועסט געווארן איבער די אזוי גערופענע חרדי'שע פארטייען, וועלכע האבן פרובירט צוצונעמען שטימען פון ערליכע אידן און זיך צו שטעלן קעגן די דעת תורה פון גדולי ישראל, און בחסדי שמים לא עלתה בידם, שפאנדיג א גרויסן קידוש השם.
בתוך הדברים האט דער סטריקובער רבי שליט"א אויך געוויזן פאר'ן ראש ישיבה פארשידענע היסטארישע בריוו פון זיין זיידן, כ"ק האדמו"ר הזקן מסטריקוב זצוק"ל, פון איבער הונדערט יאר צוריק, אין וועלכע ער רופט זיינע חסידים לפעול ולהפעיל און ארויסצוגיין וועלן פאר דער רשימה פון אגודת ישראל.
צום שלוס פונעם באזוך האט מרן ראש הישיבה געבעטן דעם רבי'ן שליט"א ער זאל אים אנוואונטשן לקראת זיין נסיעה קיין אייראפע, וואס ער נעמט אונטער היינטיגן זונטאג, לטובת קרן עולם התורה. דער רבי שליט"א האט, לעומתו, געבעטן דעם ראש הישיבה ער זאל אים אויך אנוואונטשן צו זיין נסיעה קיין טאראנטא, קאנאדע, וואס ער נעמט אונטער היינט לטובת מוסדותיו.
נאכן באזוך האט מרן ראש הישיבה שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביותרת הכבוד.














תגובות