top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון נכדת הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א

לפני 6 שעות
זמן קריאה 4 דקות

זונטאג פרשת חי' שרה • כ''א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין די וויזניצער הויף איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די חתונה הרוממה פון א אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, די כלה, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד קרית באבוב בת ים שליט"א, מיטן חתן, א זון פון הרה"צ ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק במקהלות אלפי חסידי וויזניץ, אין שפיץ פונעם געהויבענאם פעטער דער ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט באשיינט בראש השמחה.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין קרית וויזניץ לפאר על ראש השמחה, אנקומענדיג אין ביהמ"ד איז דער רבי ערשינען אין די שטיבלעך בית וויזניץ, וואו דער רבי האט געזעגענט די חסידים מיט קוויטלעך לרגל יום המסוגל הילולא רבה פונעם הייליגן אהבת שלום זי"ע ראש שושלתא הדין, וואו א ריזיגן ציבור איז דורך בפתקי דרחמי בהאי יומא רבה.


ארום זעקס אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט דעם חתן און די מחותנים. מ'האט געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"ג ר' אליעזר שטערנבוך שליט"א פון בארא פארק.


דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה ברחובות קריה, בשעת'ן חופה האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם כוללות-קוויטל פון די אלפי חסידים וואס זענען זיך משתתף אינעם יערליכן מגבית לטובת קופת "אהבת שלום" – דעם רבי'נס צדקה קאסע.


אינעם געהויבענעם זמן פונעם עת רצון, האט דער זיידע דער ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א גענומען דאס ווארט און מיט הארצרייסנדע בכיות מעורר געווען די הערצער פונעם ציבור איינצורייסן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א בזכותם פון די אבות הקדושים וואס קומען אראפ זיך משתתף זיין ביי די שמחה, בפרט שטייענדיג במוצאי הילולא פונעם הייליגן אהבת שלום. נחלי דמעות איז פארגאסן געווארן דורכ'ן ציבור האלפים ווען דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק מיט א געוואלדיגע קול בכי.


דערנאך האט דער רבי שליט"א מסדר קידושין געווען, עדי קידושין זענען געווען הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א, און המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א; קריאת הכתובה: דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א; ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ גאב"ד קרית באבוב בת ים שליט"א, און ברכה אחריתא: דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א. נאך די חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קדשו לכל העם הנאספים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


בשעה 9:00 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, בשעת די טויזנטער חסידים האבן געהאט די זכי' לראות את פני המלך ווי דער רבי שליט"א לייגט אראפ א עבודת הקודש פון עבדו את ה' בשמחה, ווען צו דער זעלבער צייט זעט מען אן אויפן רבי'ן דעם ספר תורה שרוי בצער, און ווי דער רבי שליט"א שטרענגט זיך איבער למעלה מכוחותיו הטהורות מיטצוהאלטן די גאנצע שמחה בנהירו עילאה כאילו לא היה, זייענדיג איינגעהילט אין א שמחה יתירה טראץ אלע יסורים ומכאובים, מיט א געוואלדיגע אמונה ובטחון.


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה. ביים סעודה האט מען געזינגען פילע ניגונים און נוסחאות יסודתם בהררי קודש פונעם הייליגן בעל ההילולא דעם אהבת שלום זי"ע, מיט וואס דער רבי האט שטארק ארומגעקאכט.


במשך די חתונה האבן זיך משתתף געווען פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה וואס זענען געקומען וואונטשן די בעלי שמחה און פאר'ן גרויסן פעטער דער וויזניצער רבי וואס האט יעדן אויפגענומען ביותרת הכבוד ובשמחה רבה. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן: האדמורי"ם מסערט וויזניץ, סאדיגורא, ביאלא בני ברק, וואסלוי, אנטניא; הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא; הרה"צ רבי ברוך הגר שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ וחתן האדמו"ר מוויזניץ; הגאון הגדול רבי שמואל מרקוביץ שליט"א מראשי ישיבת פונוביז; און די פעטערס: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, האדמורי"ם לבית ביאלא פשיסחא, הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעל פסקי תשובות, האדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א, און נאך פילע רבנים ודיינים.


בשעת די חתונה איז דער רבי שליט"א ארויס אויף א לענגערע הפסקה מחמת חולשת גופו הטהור, ווען מ'האט דאן ממשיך געווען מיט ריקודין של שמחה. שפעטער איז דער רבי צוריק אריינגעקומען צום ביהמ"ד מען האט געזינגען "יש בורא עולם" און נאך ניגוני שמחה, ווען דער רבי רעכט ווייטער אפ פייערדיגע ריקודי קודש און מעודד די טענץ אן א אויפהער.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"ג ר' שלמה שטערנבוך שליט"א. מיט די שבע ברכות האט מען מכבד געווען די פעטערס: הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מנטשעסטער, כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א, הרה"ג ר' משה סטעמפל שליט"א, און ברכה אחריתא הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.


נאכ'ן בענטשן האט בדחנא דמלכא הר"ר פנחס מאיר ווימער הי"ו מחשובי חסידי באבוב אין בני ברק אויפגערופן דעם וויזניצער רבי'ן צו די ריקודין מיט פאסיגע דברי חרוזין. בראשית דבריו האט ער איבערגעגעבן א הארציגע ברכת מזל טוב פארן וויזניצער רבי'ן בשליחות הקודש פון רבו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און אראפגעשילדערט דעם קשר אמיץ צווישן די צוויי צדיקים וחיבה יתירה נודעת להם, ספעציעל האט דעם וויזניצער רבי'נס פנים אויפגעלאכטן ווען דער בדחן האט דערמאנט דאס וואס דער באבובער רב שליט"א האט שוין כמה פעמים מעורר געווען ברבים אז מ'דארף מתפלל זיין פאר'ן וויזניצער רבי'ן און אליין געמאכט א מי שברך לרפואתו.


דאן האט מען געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות, און דער וויזניצער רבי שליט"א איז אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד און זיצנדיג אויפן שטיל אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בעוז ותעצומות מיט א געוואלדיגן קאך און ברען. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט דעם חתן, די מחותנים און די געהויבענע זיידעס מיט א גרויסן פלאם.


נאך די ריקודי קודש איז דער וויזניצער רבי אריין לחדרו הפרטי, און מען האט ממשיך געווען די מצוה טאנץ פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים אינעם זאל בבניין ביהמ"ד הגדול.



תגובות


bottom of page