ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א באשיינט שמחת השבע ברכות אין סטריקובער הויף
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג אויפדערנאכט איז הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול סטריקוב אין בני ברק, וואו ער האט באשיינט דעם צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סטריקוב, לרגל די שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א, די כלה איז א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי פנחס נפתלי בראנדער שליט"א.
ווי באקאנט איז דער סלאבאדקער ראש ישיבה א נצר קודש בן אחר בן פונעם סטריקובער דינאסטיע און האלט אן א נאנטע קרבה משפחתי און קשרי ידידות מיטן סטריקובער רבי'ן שליט"א. די וואך איז דער סלאבאדקער ראש ישיבה געקומען זיך משתתף זיין ביים שבע ברכות אינעם הויף, וואס איז ספעציעל אפגעראכטן געווארן אינעם היכל הביהמ"ד זעלבסט און נישט אינעם זאל אויפן אונטערשטן שטאק ווי אלע שמחות, כדי צו פארגרינגערן פארן ראש ישיבה צו קענען מיטהאלטן די שמחה.
דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד ובשמחה יתירה דורכ'ן סטריקובער רבי'ן וכל הקהל הקודש, און עס איז געשאפן געווארן א הערליכער שיח צדיקים צווישן דעם ראש ישיבה און דעם רבי'ן שליט"א בדברי תורה און שיינע ענינים. צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פרייליכן מחול לצדיקים, וואו דער ראש ישיבה איז געטאנצן באזונדער מיטן חתן און א באזונדערן פייערדיגן ריקוד מיטן סטריקובער רבי'ן שליט"א. נאך ארום א האלבע שעה האט דער רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה לרחובה של עיר.













תגובות