top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באזוך פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין בארימטער "טשעבינער ישיבה"

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

מיט די העכסטע מאס כבוד התורה האבן די הונדערטער בחורי חמד פון די גרויסע טשעבינער ישיבה אין ירושלים דעם מאנטאג מקבל געווען פני כבוד תורתו פון הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ומנהיג עולם התורה, וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם היסטארישע באזוך בין כותלי הישיבה הקדושה, וואס איז פון די סאמע גרעסטע חסידישע ישיבות אין ארץ ישראל.


אנקומענדיג אין ישיבה איז די ראש הישיבה שליט"א אויפגענומען געווארן בכבוד והערצה דורך די תלמידי הישיבה אין שפיץ פונעם ראש ישיבה הגאון הגדול רבי יוסף משה שניאורסון שליט"א ראש ישיבת טשעבין, וועלכע האט אפגעווארט דעם דעם אורח הנשגב, און באדאנקט דעם ראש הישיבה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגברא רבא צו באשיינען און מופיע זיין בהדרו ביני עמודי דגירסא און משפיע זיין מהוד תורתו.


דער ראש ישיבה האט דאן משמיע געווען א לענגערער שיעור אין די סוגיא וואס מ'לערנט יעצט אין ישיבה אין מסכת כתובות, און דאן ממשיך געווען מיט דברי הדרכה והתחזקות פאר די עמלי התורה, וואו ער האט בתוך דבריו ארויפגעברענגט פון זיינע פערזענליכע זכרונות פונעם שר התורה דער טשעבינער רב זי"ע, און מחזק געווען די בחורים עוסק צו זיין בלימוד התורה און גיין במנהגי האבות הקדושים - כלשונו.


נאכ'ן שיעור האבן די בחורים געזונגען דעם סקולענער ניגון 'לולי תורתך שעשועי' און נאך ניגוני דביקות נאכגעפאלגט מיט שירי שמחה און פייערליכע טענץ לכבוד מאן מלכי רבנן, וואו דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אויף די ניגון מה אהבתי תורתיך אינאיינעם מיטן טשעבינער ראש ישיבה. נאכן באזוך איז דער ראש הישיבה געווארן ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד און הערצה דורך רבנן ותלמידיהון.



bottom of page