top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאכעדיגע ריתחא דאורייתא צווישן רבנן ותלמידיהון אין לעיקוואד מיט'ן שר התורה מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א

  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי קובין, דניאל נפוסי.

הונדערטער גאוני לעיקוואד רבני ותלמידיהון האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן זעלטענע שעה'ן פון ריתחא דאורייתא ופלפולא של תורה בראשות דעם אורח הדגול, שר התורה וממנהיגי עולם התורה בארה"ק, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער איז אצינד צוגאסט אין אמעריקע אין די ראמען פון די מסע הגדולים אויפצוטרייבן שטיצע פאר'ן "קרן עולם התורה".


דער אייגנארטיגער מעמד ריתחא דאורייתא איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן זונטאג שלח אינעם גרויסן זאל פון די לעיקוואד מיידל-שולע, זייענדיג אן ערשטמאליגע געלעגנהייט דא אין אמעריקע מיטצולעבן די מעמד ריתחא דאורייתא וואס איז שוין אפגעהאלטן געווארן אין ארץ ישראל עטליכע מאל בימי חול המועד, און אנדערע זמנים מיוחדים, ווען דער גאון ושר התורה, און נאך גאונים מפולגים זענען מפלפל במלחמתה של תורה לעיני טויזנטער אידן בני תורה וועלכע נוצן אויס די געלעגנהייט אנצופרעגן זייערע שאלות אין די שווערסטע סוגיות אין ש"ס.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן לעגענדארטן חרדי'שן פילאנטראפ ומראשי "קרן עולם התורה", הנגיד ר' ראובן וואלף, וועלכער האט אדרעסירט דעם שווערן מצב אין ארץ ישראל ברוחניות ובגשמיות, און עס פאדערט זיך פון תושבי הגולה ארויסצוצייגן די ווארעמסטע שטיצע צו ראטעווען די עולם התורה וואס שטייט אויס צרות און רדיפות פון די מדינה של שמד.


דאן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ריתחא דאורייתא, ווען דער גאון רבי דוב האט פארגעלייגט שאלות חמורות אין פארשידענע סוגיות אין ש"ס, וואס האט פארכאפט דעם פול געפאקטן זאל מיט הונדערטער לומדי תורה אין א פייערדיגע פלפולא דאורייתא, זה בונה וזה סותר כדרכה של תורה, און דער גאון איז משיב אויף אלע שאלות בשפה ברורה, צו פארענטפערן די אלע קושיות.


צום שלוס פונעם מעמד האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם גאון בשירה וזמרה.




תגובות


bottom of page