top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א

לפני 41 דקות
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נאכן באזוך האט דער גערער רבי אין א זעלטענער ערשיינונג ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה לרחובה של עיר. צוליב די חשובער וויזיט איז דער קביעת'דיגע מנין מנחה פונעם גערער רבי'ן אין ביהמ"ד הגדול געווארן אפגעשטופט מיט צוואנציג מינוט, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אין גור.



תגובות


bottom of page