top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

  • לפני 39 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א היסטארישער און גאר זעלטענער באזוך איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין ירושלים, ווען מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגער בין הזמנים טעג אין ירושלים אויף אפרוה, איז געקומען באזוכן דעם רב שליט"א, נאכדעם וואס די צוויי גדולי ישראל קרבניטי היהדות החרדית האבן קיינמאל פריער נישט באזוכט איינער דעם אנדערן.


במשך דער באזוך וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג אין די אידישע גאס, האבן די צוויי גדולי ישראל ארויפגעברענגט זכרונות פון אמאל און דער בעלזער רב האט זיך נאכגעפרעגט איבער די חברותא'שאפט פונעם ראש הישיבה מיט'ן חזון איש זי"ע.


דער ראש הישיבה האט דערציילט מיט גרויס התרגשות איבער זיינע זכרונות פונעם הייליגן בעלזא רב זי"ע אין בני ברק. און אויסגערעכנט זיין ייחוס לבית אבותיו בן אחר בן ביז צו הרה"ק המפורסם רבי בעריש מביאלא זי"ע.


שפעטער האט די שמועס ממשיך געווען אין א ערנסטע אטמאספערע, ווען ביידע מנהיגי ישראל האבן גערעדט איבער'ן שווערן מצב אין ארץ ישראל און די גזירות וואס שוועבן איבער דעם עולם התורה.


ווען דער רב שליט"א האט געפרעגט דער ראש הישיבה וואס ער זאגט צום יעצטיגן מצב, האט ער געענפערט מיט ווייטאג, אז מען דארף א קרעכץ טון, און מתפלל זיין לביטול רוע הגזירה. דער ראש הישיבה האט דערביי דערציילט איבער די שווערע תקופה אין די בראשית יארן אין ארץ ישראל ווען עס איז אנגעקומען גאר שווער צו לערנען תורה.


ביים ענדע פונעם באזוך האט דער ראש הישיבה איבערגעגעבן א גרוס פון זיין לעצטיגן באזוך אין די בעלזער ישיבה אין בית חלקיה, און דער בעלזער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט, יותר מהרגלו, ביז צום טיר, וואו מען האט זיך געזעגנט מיט ברכות לרוב.



bottom of page