בין כסא לעשור: יערליכע נסיעה פון גאב״ד מאקאווא צום מערת המכפלה
לפני 41 דקות
זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
כמידי שנה בשנה אין די טעג בין כסא לעשור האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א נסיעה צו די קברי אבות לעורר זכות ישני עפר אין די ימים המסוגלים.
מיטוואך נאכמיטאג האט דער רב שליט"א פארלאזט מקום מגוריו אין קרית אתא אויפן וועג קיין בית לחם אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו וואו עס האבן שוין אפגעווארט פילע חסידים ואנשי מעשה פון אלע שטעט, מען האט דארט געזאגט מזמורי תהילים און דער רב שליט"א האט געליינט קוויטלעך. נאכן מעמד התפילה איז דער רב שליט"א ארויספארן בראש קהל חסידיו צום מערת המכפלה אין חברון אויף תפילת מעריב און אמירת סליחות בחצות הלילה. נאך אמירת סליחות האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות לעורר זכות אבות, און פארטיילט האניג לעקח פאר אלע חסידים.















תגובות