top of page
געהויבענער מעמד "לשנה טובה ומתוקה" בראשות גאב"ד מאקאווא אין מוסד הק' בית לפליטות לכבוד יום טוב ראש השנה
דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN עס איז די צייט פון יאר, די הייליגע טעג זענען שוין דא, מען שפירט די לופט איז געהויבן, די אטמאספערע איז הייליג און טייער, שטייענדיג פאר די ימי הרת עולם! אינערהאלב די ווענט פון "בית לפליטות" איז די שטימונג העכסט שפאנענד, ווען די חשובה תלמידות היקרות, די טעכטער פונעם אויסגערימטן רעטונג מוסד וואו די מיידלעך טרעפן א ווארימע היים, גרייטן זיך מקבל צו זיין די הייליגע טעג מיט אומבאשרייבליכע תפילות ותחנונים, אבינו מלכינ


גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק לברך ולתברך בברכת השנים
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען קיין הר יונה נוף הגליל, נישט ווייט פון מקום מגוריו אין קרית אתא, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים. עס איז דערביי געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון די הייליגע טעג, און דער מאקאווער רב האט כדרכו איבערגעגעבן א קוויטל אין פדיון נפש להזכר לטובה. דערנאך האט אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א עפל און האניג


שמחת הבר מצוה בחצרות תולדות אברהם יצחק - מאקאווא פארגעקומען אין הר יונה
זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין שיכון מעזריטש הר יונה, אין שפיץ פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער פעטער כ''ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


שמחת הברית פון אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פארגעקומען אין בני ברק
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' מרדכי שרגא פייוויש לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ ר' משה אשרי שליט"א, איידעם ביי הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בן הנולד ביי זיין זון הרב נתן נטע לעמבערגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד מאקאווא אין בני ברק אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק גאב"ד מא


שמחת החתונה בחצרות מאקאווא אלעד - צאנז שיכון ג' - לעלוב הר יונה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' אהרן קאפף שליט"א ראש ישיבת נועם התורה, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יעקב אלי' האראנטשיק שליט"א אדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם מתתיהו לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא אלעד, איידעם ביי הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


הערליכע חתונה בחצרות שבט הלוי - שאץ - מאקאווא ערשטמאליג אפגעראכטן אין ביהמ"ד הגדול שבט הלוי
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע חתונה בחצרות הקודש שבט הלוי און שאץ. די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' אברהם אליהו וואזנער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד שבט הלוי אין אלעד, מיט דער חתן א זון פון הרה"צ ר' ישכר דב מאסקאוויטש שליט"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. ווי ברייט באריכטעט איז די שמחה צום ערשטן מאל געפראוועט אין הי


כמידי שנה בשנה: גאב"ד מאקאווא וועט פראווענען יו"ם טוב שבועות ביים ציון הבעש"ט הק' אין מעזיבוזש
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אויך דאס יאר וועט כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א ארויספארן אויף יום שבועות צום הייליגן שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע וואו דער רב שליט"א וועט כמנהגו צענדליגער יארן פראווען דעם יו''ט שבועות קבלת התורה בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' אינאיינעם מיטן חבריא תלמידים וחסידים וואס וועלן קומען צו פארן פון ארץ ישראל און פון איבער די גארער וועלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב און די הילולא קדישא פונעם הייליגן בעל שם טוב וואס געפ


געהויבענעם באזוך פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין ניו יארק
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ביקור המרומם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין ניו יארק: ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין מאנסי • ביים אהל הק' פון אדמור"י ליובאוויטש אין קווינס • באזוך ביי האדמור"ים מסאטמאר • באזוך ביי האדמו"ר מפאפא • באזוך ביי האדמו"ר מצעהלים • הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי באזוכט ביים רב • מוצאי שבת אין אין די מאנטיבעללא געגענט אין מאנסי • אויפן פליגער אהיים קיין ארה"ק


שיינעם מעמד קביעת מזוזה דורך גאב"ד מאקאווא אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר אין ניו דזשערסי
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך בעת כ"'ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז געווען צוגאסט אין אמעריקא איז דער רב שליט"א איינגעלאדענט געווארן אויף א מעמד קביעת מזוזות און מסיבת לחיים צום חנוכת הבית אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר וואס האט זיך אריינגעצויגן צו א רחבות'דיגע לאקאל אין ניו דזשערסי, א סטראטעגישע לאקאציע צווישן די חרדישע געגענטער. די רענטעסטיק פירמע איז היינט ברייט באקאנט מיט איר אויסוואל פון


ביקור נימוסין: גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין קרית יואל
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג פארמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רב שליט''א האט פוקד געווען דעם ציון המצוינת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, און דערנאך באזוכט ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן פארן רב שליט"א ספרו לב אהרן - סוגיות, דער מאקאווא רב האט איבערגעגעבן א קוויטל און א פדיון להיזכר לטובה, ונ


מזל טוב: שמחת האירוסין בחצרות קרעטשניף י-ם - קאמארנא - מאקאווא - ראחמיסטירווקא
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' צבי אלימלך שטערן שליט"א ראש ישיבת מבצר התורה קרעטשניף אין אלעד זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' ישראל מנחם לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א פון בני ברק, די שמחה איז פארגע


צדיק בא לעיר: כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב,JDN בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן תושבי ניו יארק מקבל פנים געווען פני כבודו פונעם אורח הדגול כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, ביים אנקומען בשערי ניו יארק, אויף די קורצע באזוך צו באשיינען ביים דינער השנתי לטובת כולל "שומרי החומות" וואס קומט פאר דעם קומענדיגן דאנערשטאג פסח שני אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. היינט מאנטאג פארטאגס האט דער רב שליט"א געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד, וואו ער איז אפג


גאב"ד מאקאווא וועט באשיינען אלס אורח הכבוד ביי כולל שומרי החומות דינער אין וומסב"ג; שבת התאחדות מיט תלמידי מאקאווא
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי ניו יארק האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק גאב''ד מאקאווא שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא צו דינען אלס אורח הכבוד ביים גראנדיעזן דינער השנתי דורך "כולל שומרי החומות", וואס דער רב שליט"א דינט אלס חבר נשיאות הכולל. דער באזוך ווערט אויפגענומען מיט א ספעציעלע רגש ביים ציבור, נאכדעם וואס דער מאקאווא רבי איז זיך געווענליך מונע פון אויפטרעטן ברבים ביי מעמדים און דינערס, אבער אן אויסנאם איז ווען עס קומט


פרייליכע שמחת התנאים בחצרות וויזניץ - פרעמישלאן - מאקאווא אשדוד - מאור חיים צפת
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער בשמחה וצהלה האבן חסידי וויזניץ און פרימישלאן מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מסיבת האירוסין לרגל די קשרי החיתון וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב פונעם חתן הרב נתן נטע ארנסטר שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ, א זון פון הרה"ג ר' שמעון ארנסטר שליט"א און אן אייניקל פון הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת און פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, מיט די כלה תחי', א טאכטער


תִּרְבְּחוּ וְתִסְעֲדוּ • יום טוב פסח ביי גאב"ד מאקאווא
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה,JDN


למען קדושת המועד: גאב"ד מאקאווא איז מוחה קעגן בוי ארבעט ביי שטאטישע מקוה אין קרית אתא בעצם חול המועד
פרייטאג אסרו חג פסח • כ"ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אן אש קודש פון קנאת ה' צבאות איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ארויסגעקומען דעם זונטאג חול המועד פסח, אין באגלייטונג פון א גרעסערן קבוצה חסידים, און געלאזט הערן א הילכיגע זעקת מחאה קעגן די לאקאלע שטאטראט וועלכע האט מחלל געווען קדושת המועד מיטן דורכפירן בוי ארבעט ביי די נייע מקוה טהרה אין שטאט, וואס האט צוגעפירט צו א שליסונג אויף די מקוה און האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז צווישן די היימישע תושבים אין שטאט. לויט באריכטן זענען


מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי הבנין פון ביהמ"ד הגדול מאקאווא אין שטאט אלעד געפייערט ברוב פאר והדר
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דער שטאט אלעד איז פארלאפענעם וואך געפייערט געווארן ברוב עם דער מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי היכלי התורה והתפילה "נחלת אשר" מאקאווא אלעד, צוזאמען מיט א סעודת יומא דהילולא פונעם מייסד ומכונן הקהילה, הגה"צ רבי יוסף אשר אנשיל לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא אלעד, דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים חשובים ובראשם כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען מדברותיו לכבוד המאורע ולכבוד העם הנאספים. דער גרויסע


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון לעלוב - מודזיץ - אפאלע - מאקאווא
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז בשעה טובה ומוצחלת געשלאסן געווארן די שידוך פון די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב איידעם פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחת התנאים איז פארגעקומען שפעטער אויפדערנאכט אין ביהמ"ד אפאלע אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידעס


מאסן חסידים ביים שמחת בית צדיקים בבית תולדות אהרן - מאקאווא - קרעטשניף טשערנאוויץ
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר געהויבענע שעה'ן פון התרוממות עילאה און חדוות הנפש זענען פאריבער אויף טויזנטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך מיטגעפרייט עד אור הבוקר ביי די שמחה הגדולה בחצרות הקודש תולדות אהרן - מאקאווא - קרעטשניף טשערנאוויץ, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה ובצהלה אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים עיר הקודש. די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אינעם זמן גרמא בעצם יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלי


שמחת החתונה בבית מאקאווא בני ברק - אלטשטאט פארגעקומען אין שטאט בני ברק
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יעקב זעהוואלד שליט"א אבד"ק אלטשטאט, איידעם ביי הגה"צ ר' הערשל וואגשאהל שליט"א משפיע אין חצה"ק ערלוי, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל יעקב לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא בני ברק, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קוממיות זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק.


bottom of page
