ביקור נימוסין: גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין קרית יואל
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג פארמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט''א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רב שליט''א האט פוקד געווען דעם ציון המצוינת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, און דערנאך באזוכט ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן פארן רב שליט"א ספרו לב אהרן - סוגיות, דער מאקאווא רב האט איבערגעגעבן א קוויטל און א פדיון להיזכר לטובה, ונפרדו שלום ברוב ברכות.













תגובות