פרייליכע שמחת התנאים בחצרות וויזניץ - פרעמישלאן - מאקאווא אשדוד - מאור חיים צפת
- 16 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 16 באפר׳
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
בשמחה וצהלה האבן חסידי וויזניץ און פרימישלאן מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מסיבת האירוסין לרגל די קשרי החיתון וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב פונעם חתן הרב נתן נטע ארנסטר שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ, א זון פון הרה"ג ר' שמעון ארנסטר שליט"א און אן אייניקל פון הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת און פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, מיט די כלה תחי', א טאכטער פון הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די שמחה רופט ארויס ספעציעלע רגשי הלב ביי וויזניצער חסידים ווען די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פונעם הייליגן אמרי חיים מוויזניץ זי"ע און פונעם חותן המלך הגה"צ גאב"ד שטראסבורג זצ"ל.
די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ, אין שפיץ פון די זיידעס די אדמורי"ם שליט"א. צום באשטימטן צייט זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צו די שמחה אינאיינעם מיט אלע מחותנים, לקול תרועת הזמר פון די הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.
במשך די שמחה האט מען געזינגען פילע ניגוני שמחה והודאה. ספעציעל האט דער וויזניצער רבי געבעטן די קאפעליע צו זינגען עטליכע ניגונים מבית היוצר פונעם פרמישלאנער הויף, און מכבד געווען גיסו ומחותנו הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת שליט"א פארצוזינגען "אודה ה' בכל לבב". דערנאך האט מען מכבד געווען דעם פרימישלאנער רבי און אב"ד מאקאווא אשדוד אנצוהייבן ניגונים, און דערנאך האט דער וויזניצער רבי זעלבסט פארגעזינגען "חסדי ה' כי לא תמנו".
צווישן די פילע חשוב'ע געסט האבן זיך באטייליגט די פעטערס: כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יוסף באב"ד שליט"א מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, און אזוי אויך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א, און הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק שליט"א.
צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, וואו דער וויזניצער רבי האט מכבד געווען דעם פרימישלאנער רבי'ן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך די אנדערע זיידעס הרבנים, ווי אויך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א. דערנאך איז דער וויזניצער רבי געטאנצן א פייערדיגן ריקוד מיטן חתן און די מחותנים, און א באזונדערע מחול לצדיקים מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א.











































































תגובות