גאב"ד מאקאווא וועט באשיינען אלס אורח הכבוד ביי כולל שומרי החומות דינער אין וומסב"ג; שבת התאחדות מיט תלמידי מאקאווא
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי ניו יארק האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק גאב''ד מאקאווא שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא צו דינען אלס אורח הכבוד ביים גראנדיעזן דינער השנתי דורך "כולל שומרי החומות", וואס דער רב שליט"א דינט אלס חבר נשיאות הכולל.
דער באזוך ווערט אויפגענומען מיט א ספעציעלע רגש ביים ציבור, נאכדעם וואס דער מאקאווא רבי איז זיך געווענליך מונע פון אויפטרעטן ברבים ביי מעמדים און דינערס, אבער אן אויסנאם איז ווען עס קומט צו צדקת רבי מאיר בעל הנס, וועט דער רב שליט"א ארויסגיין מגדרו, אנצונעמען די הזמנת כבוד, און וועט אונטערנעמען די טלטלא דגברא רבא און אפרייזן קיין אמעריקא אויפצוטרעטן אלס אורח הכבוד ביים דינער לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין שטאט וויליאמסבורג, און מחזק זיין דעם הייליגן כולל וואו זיינע גרויסע זיידעס אנגעהויבן פון הגה"ק בעל מנוחת אשר טשענגער זי"ע האבן געדינט אלס נשיאי הכולל.
דער דינער וועט פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג אמור, אין די טעג בעפאר פסח שני דער יומא דהילולא קדישא פון התנא רבי מאיר בעל הנס, במעמד אלפי תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן.
דער רב שליט"א וועט שוין אנקומען קומענדיגן מאנטאג קיין ניו יארק און זיך אויפהאלטן דורכאויס די וואך אין מאנסי און אין וויליאמסבורג. אויף שבת וועט דער רב שליט"א וויילן אויסער די שטאט פראווען א גרויסארטיגן שבת התאחדות פאר חסידיו ומעריציו, צו וואס ס'איז ערווארטעט א מאסן צוזאמענפאר פון פילצאליגע מאקאווא תלמידים וחסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק.
זונטאג בהר וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן אין וועג צוריק למעון קדשו אין קרית אתא.




תגובות