top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קל נא רפא: האד' מזמיגראד אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן אומפאלן דעם שבת בבית מדרשו

לפני 4 דקות
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם שבת איז כ"ק אדמו"ר מזמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס דער רבי איז שבת אינדערפרי אומגעפאלן, פאראורזאכנדיג שווערע יסורים וואס האט ערנסט אפגעשוואכט דעם רבי'ן ל"ע.


דער רבי שליט"א איז אומגעפאלן בשעת קריאת התורה בבית מדרשו אויף די דריי און פערציגסטע גאס און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס עס איז אנטשטאנען א פארדאכט אז דער רבי ליידט פון א צובראכענע ביין.


אין לויף פון די קומענדיגע טעג וועט דער רבי באהאנדלט ווערן אין שפיטאל, און מען האפט אז דער רבי זאל וואס שנעלער צוריקקומען צו די כוחות בעז"ה. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן סיני בן בילא לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page