top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי הבנין פון ביהמ"ד הגדול מאקאווא אין שטאט אלעד געפייערט ברוב פאר והדר

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין דער שטאט אלעד איז פארלאפענעם וואך געפייערט געווארן ברוב עם דער מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערי היכלי התורה והתפילה "נחלת אשר" מאקאווא אלעד, צוזאמען מיט א סעודת יומא דהילולא פונעם מייסד ומכונן הקהילה, הגה"צ רבי יוסף אשר אנשיל לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא אלעד, דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים חשובים ובראשם כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען מדברותיו לכבוד המאורע ולכבוד העם הנאספים.


דער גרויסער בנין המפואר איז אויפגעבויט געווארן מיט פראכט און שיינקייט לכבוד בית ה', און אנטשפרעכט צו דינען אלס לייכטורעם פאר הונדערטער תושבי העיר אלעד. דער גמר הבני' איז צושטאנד געקומען אדאנק די נדבת הלב פון די באי ומתפלל ביהמ"ד, און במיוחד די בלוט און שווייס וואס דער רב הקהלה הגה"צ רבי אברהם מתתיהו לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא אלעד האט אריינגעלייגט אין דעם פראיעקט, און פארשאפט די ריזיגע סכומים וואס האט אויסגעפעלט צו באווייזן אזא בנין מפואר.


ביים מעמד האבן זיך באטייליגט כ"ק האדמו"רים ממאחנובקא בעלזא שליט"א, לוצק, זוועהיל, נדבורנא אלעד, בערגסאז, הגאון רבי שלמה זלמן גרוסמאן שליט"א דער רב פון שטאט אלעד, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', הגה"צ ראש ישיבת צאנז שליט"א, הגה"צ יעקב מרדכי הגר שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד, הרב משה חיים לאו שליט"א רב פון שטאט נתניה, און נאך א רייע רבני העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם גייסטרייכן מעמד.



תגובות


bottom of page