top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למען קדושת המועד: גאב"ד מאקאווא איז מוחה קעגן בוי ארבעט ביי שטאטישע מקוה אין קרית אתא בעצם חול המועד

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג אסרו חג פסח • כ"ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אן אש קודש פון קנאת ה' צבאות איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ארויסגעקומען דעם זונטאג חול המועד פסח, אין באגלייטונג פון א גרעסערן קבוצה חסידים, און געלאזט הערן א הילכיגע זעקת מחאה קעגן די לאקאלע שטאטראט וועלכע האט מחלל געווען קדושת המועד מיטן דורכפירן בוי ארבעט ביי די נייע מקוה טהרה אין שטאט, וואס האט צוגעפירט צו א שליסונג אויף די מקוה און האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז צווישן די היימישע תושבים אין שטאט.


לויט באריכטן זענען ארבייטער אנגעקומען אין די פריע צופרי שעות און האבן אנגעהויבן צונעמען דעם בנין, אין ראמען פונעם פראיעקט צו רענאווירן און איבערבויען די שטאטישע מקוה וואס איז געווען געפלאנט אנצוהייבן ערשט נאך יום טוב. די נייעס האט זיך שנעל פארשפרייט און איז אנגעקומען לבית מדרשו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער איז דערציטערט געווארן צו הערן איבער די חילול המועד און אין נאך פארן דאווענען ארויסגעגאנגען צו די מקוה אויסצודריקן דעם שארפן מחאה קעגן דעם חילול המועד.


דער רב שליט"א, האט צוגערופן דעם בוי מייסטער און מיט שארפע דיבורים ארויסגעברענגט דעם חומר הענין פון מחלל זיין אזא הייליגן זמן פון חול המועד.


שפעטער אין טאג איז אריינגעקומען צום רב שליט"א דער מעיאר פון שטאט קרית אתא יעקב פרץ, וועלכער אז א שומר תורה ומצוות און א אפטע גאסט ביים מאקאווא רב שליט"א, דער מעיאר האט זיך אנטשולדיגט זאגנדיג אז די ארבעט איז דורכגעפירט געווארן דורך א פריוואטער בוי מייסטער און אז מען האט שוין אפגעשטעלט די ארבעט אויפן ארט למען קדושת המועד. דערביי איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די נייע מקוה וואס וועט שטיין צום דינסט פאר תושבי קרית אתא און דער רב שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן דער מעיאר און זיינע געהילפן.



תגובות


bottom of page