כמידי שנה בשנה: גאב"ד מאקאווא וועט פראווענען יו"ם טוב שבועות ביים ציון הבעש"ט הק' אין מעזיבוזש
- 20 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אויך דאס יאר וועט כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א ארויספארן אויף יום שבועות צום הייליגן שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע וואו דער רב שליט"א וועט כמנהגו צענדליגער יארן פראווען דעם יו''ט שבועות קבלת התורה בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' אינאיינעם מיטן חבריא תלמידים וחסידים וואס וועלן קומען צו פארן פון ארץ ישראל און פון איבער די גארער וועלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב און די הילולא קדישא פונעם הייליגן בעל שם טוב וואס געפאלט אויס אום שבועות.
די רב שליט''א וועט זיך ארויסלאזן מיטן שיירה היינטיגן מיטוואך אויפן וועג קיין קעשינוב אין מאלדאווע, וואו מען וועט שפעטער באנאכט אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין אוקריינע. יום טוב שבועות וועט די רב שליט"א פראווענען אינעם בנין הכנסת אורחים היכל הבעש''ט סמוך ונראה צום ציון הק', ערב יו''ט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא קדישא וועט כמידי שנה בשנה מען פוקד זיין דעם ציון הק'. בליל התקדש החג וועט מען דאווענען די תפילות אינעם בעל שם טוב'ס שוהל, נעילת החג דעם צווייטן טאג יום טוב וועט די רב שליט"א אפרעכטן כדרכו אינעם ביהמ"ד פונעם הייליגן אפטא רב זי''ע אין מעזיבוזש.
זונטאג נשא אסרו חג וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג אהיים קיין קרית אתא, מיטנעמענדיג הויפענעס מיט השפעות טובות.





תגובות