שיינעם מעמד קביעת מזוזה דורך גאב"ד מאקאווא אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר אין ניו דזשערסי
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
פארלאפאנעם וואך בעת כ"'ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז געווען צוגאסט אין אמעריקא איז דער רב שליט"א איינגעלאדענט געווארן אויף א מעמד קביעת מזוזות און מסיבת לחיים צום חנוכת הבית אין די רענסטעסטיק פארטי רענטעל הויפטקווארטיר וואס האט זיך אריינגעצויגן צו א רחבות'דיגע לאקאל אין ניו דזשערסי, א סטראטעגישע לאקאציע צווישן די חרדישע געגענטער.
די רענטעסטיק פירמע איז היינט ברייט באקאנט מיט איר אויסוואל פון פילצאליגע סערוויסעס, ארויסצוהעלפן חצרות הקודש, גרעסערע קהילות, בתי מדרשים, שמשים גבאים און עסקנים, צוצוגרייטן מאורעות, שמחות, ימים טובים וכדומה אין פארשידענע הינזיכטן. צווישן די פילע סערוויסעס וואס רענטעסטיק שטעלט צו איז סטעידזשעס, טישן בענק און בענקלעך, גרויסע און קליינע שאטערס, און נאך פילע איינצלהייטן.
לכבוד די חנוכת הבית איז דער מאקאווא רב שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך אין די נייע "רענטעסטיק" לאקאל, וואו דער רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען און קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג. עס האט נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת לחיים ביי וועלכן דער רב שליט"א האט טועם געווען לחיים און מזונות און איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די חשובע אייגענטומער און מיטארבעטער.
















