הערליכע חתונה בחצרות שבט הלוי - שאץ - מאקאווא ערשטמאליג אפגעראכטן אין ביהמ"ד הגדול שבט הלוי
- לפני 50 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע חתונה בחצרות הקודש שבט הלוי און שאץ. די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' אברהם אליהו וואזנער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד שבט הלוי אין אלעד, מיט דער חתן א זון פון הרה"צ ר' ישכר דב מאסקאוויטש שליט"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. ווי ברייט באריכטעט איז די שמחה צום ערשטן מאל געפראוועט אין היכל בית המדרש הגדול שבט הלוי אין שכונת זכרון מאיר, וואס איז געווארן פאכמאניש אהערגעשטעלט צו דינען אלס פאסיגע אכסניא של שמחה.
בעת דער חופה האבן די באטייליגטע אויפגעפאסט א זעלטענעם הידור הלכה, וואס איז איינגעפירט געווארן לויט די ספעציעלע אנווייזונגען פון דעם מייסד הקהילה, מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי זצ"ל, אז דאס אונטערשרייבן אויף דער כתובה זאל פארקומען אונטער דער חופה זעלבסט, לעיני כל הקהל, און נישט פריער ביים קבלת פנים אין בית המדרש. פאר דעם צוועק איז מבעוד מועד צוגעגרייט געווארן א ספעציעלער שטענדער אונטער דער חופה , וואו די עדים און דיינים האבן מסדר געווען די קנינים און אונטערגעשריבן אויף די כתובה כדן וכדין.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. קריאת הכתובה די פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א. די ערשטע ברכות זענען צעטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א; הגה"צ רבי מרדכי געלבער אב"ד מונקאטש בני ברק; הגה"צ ר' יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א, רב דחסידי צאנז אמעריקא; הגה"צ אב"ד לעלוב ירושלים שליט"א; און כ"ק אדמו"ר מלעלוב בית שמש שליט"א. ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק מרן אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, וועלכער האט דערמיט מכבד געווען די פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא נתניה שליט"א. דערנאך האט כ"ק מרן אדמו"ר משבט הלוי שליט"א געוואונטשן ברכת הקודש פאר אלע משתתפים ביי די שמחה.
שווער צו שילדערן דעם עקסטאז און פרייד וואס האט ארומגענומען דעם גאנצן ציבור, האבענדיג די זכיה זיך מיטצופרייען במעונו פונעם רבי'ן, באותו מקום קדוש, אויף דעם הייליגן ארט וואו די פריערדיגע גאונים וצדיקים לבית שבט הלוי האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש אזויפיל יארן.
די זיידעס האדמורי"ם שליט"א זענען ערשינען צו די שמחה לקול מצהלות החסידים. כ"ק מרן אדמו"ר משבט הלוי שליט"א איז געטאנצן א פייערדיגן טאנץ מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען מחותנו כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, און זיין פעטער הגה"צ אבד"ק שבט הלוי ירושלים שליט"א, צו טאנצן מיטן חתן.
אינמיטן די סעודת החתונה ווען די פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט באשיינט די שמחה, האט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א געבעטן די גבאים דעם נייעם ספר שו"ת "ידות הלוי חלק ו" און דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן א ווארעמע הקדשה בכתב יד קדשו, און עס איבערגעגעבן במתנה פארן מאקאווא רב שליט"א.
אינמיטן די ריקודים בשעת טויזנטער שלומי אמוני ישראל האבן זיך צוריקגעקערט פון די גרויסע "קאר דעמאנסטראציע" איבער די גאסן פון ארץ ישראל קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, האט דער רבי שליט"א געהייסן זינגען דעם ניגון "עוצו עצה ותופר" און צו דער זעלבער צייט האט דער רבי אויפגעהויבן דעם "עד כאן" שילד, וועלכער די טויזנטער קארן האבן געטראגן איבער די שאסייען פון ארץ ישראל, און עס בכבודו ובעצמו אויפגעהאנגען אויפן אויבן-אן, ארויסצוצייגן דעם צער און זיך משתתף זיין מיט דעם ווייטאג פון גאנץ כלל ישראל.
נאך די ריקודין האט דער רבי שליט''א געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דאן האט נאכגעפאלגט דער געהויבענער מעמד המצוה טאנץ, וואס האט זיך געצויגן ביז אין די שפעטע שעות פון דער נאכט. צום ערשט האט געטאנצן דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די עבודת הקודש מיט גרויס שמחה און התלהבות.
דערנאך האט בדחנא דמלכא, דער משב"ק הרה"ח ר' יואל אייזנבאך, אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די מצות ריקודין. פארן טאנצן האט דער רבי שליט"א געהייסן די קאפעליע צו זינגען דעם באקאנטן סקולענע ניגון "פנה אלי וחנני" און דערנאך דעם הארציגן ניגון "הבן יקיר לי" וואס איז פארפאסט געווארן דורך זיין שווער, הגה"צ די ראחובער רב זצוק"ל.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ לפני הכלה מיט אן אש קודש. תיכף דערנאך האט דער רבי געטאנצט מיט דעם חתן און דערנאך מיט אלע קינדער און אייניקלעך, און די מחותנים.|
במשך די גאנצע חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם, רבנים, ראשי ישיבות און דיינים זענען געקומען אפגעבן א מזל טוב און זיך משתתף זיין אין די שמחה. צווישן די חשוב'ע געסט זענען געווען: האדמורי"ם ממאקאווא; מחנובקא בעלזא; זוטשקא; קוידינוב, ראחוב; מעליץ; לעלוב בית שמש; לעלוב בני ברק; לעלוב ירושלים; סטראפקוב; זוטשקא אמסנא. הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, אב"ד שבט הלוי ירושלים; הגה"צ ראש ישיבת ויזניץ; הגאון רבי שמואל אליעזר שערן רב מערב בני ברק; הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש; הגאון רבי מרדכי גרינפעלד רב דחסידי טשערנאביל; הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא; הגאון רבי זושא הורוויץ רב קהילת החסידים אלעד, און נאך.



















































