top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך גאב"ד מאקאווא לעי"נ זקינו הגה"ק אבד"ק פאלגאר זצ"ל

לפני 7 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שמחת תורה תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג חול המועד האבן הונדערטער תלמידי וחסידי מאקאווא מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז ברוב פאר והדר אריינגעפירט געווארן צו די מאקאווער ישיבה אין קרית אתא. די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך חסידי ואוהדי בית מאקאווא, אויפ'ן איניציאטיוו פונעם רועה נאמן, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער האט מיט א יאר צוריק אויסגעדריקט רצון קדשו צו לאזן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמת זקינו - אבי אביו, הגה"ק רבי מנחם מענדל לעמבערגער זצ"ל, דער פאלגארער רב, וואס איז געווען דער פאטער פון הגה"ק בעל "עטרת משה" ממאקאווא זצ"ל. 


אום זעקס אזייגער נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די תהלוכה ארויס פון די סוכה פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א צום ריכטונג פונעם היכל הישיבה, וואו הגה"צ רבי אהרן אויערבאך שליט"א אבד"ק אביר יעקב תל אביב איז נתכבד געווארן ארויסצופירן דעם ספר תורה צום תהלוכה, נאכדעם וואס זיין פאטער הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב וואס איז נסתלק געווארן מיט געציילטע טעג צוריק איז געווען שטארק אקטיוו אינעם פראיעקט פון דעם ספר תורה און האט געזאלט באשיינען בראש המעמד זייענדיג אן אייניקל פונעם פאלגארער רב זצ"ל.


די תהלוכה ברחובה של עיר איז געווען באגלייט בתופים ובמחולות, דורך הונדערטער חסידים און בחורי חמד, ומלכם בראשם דער רב שליט"א וועלכער האט אנגעפירט די ריקודין און א לענגערע וויילע געטאנצן ברחובה של עיר מיט גרויס התרגשות און התלהבות אש. די ריקודין האבן שפעטער פארגעזעצט אויפן באדן פארנט פונעם בנין הישיבה, און שפעטער אינעם היכל הישיבה וואו די גאנצע ציבור האט זיך געהויבן אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה.


מיט די כיבודים זענען נתכבד געווארן חשובע נכדי בעל ההילולא, מיט פתיחת הארון איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א; לדוד מזמור האט פארגעזאגט הגאון רבי בערל רעכניצער שליט"א דומ"ץ בעלזא חיפה, מיט מזמור לדוד איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' יצחק לאנגזאם שליט"א ראש כולל באבוב בני ברק, און דערנאך איז הרה"ג ר' יעקב מאיר לעמבערגער שליט"א ממאקאווא לאנדאן מכובד געווארן אריינצולייגן דעם ספר תורה צום ארון קודש.


נאך די ריקודין איז אפגעראכטן געווארן די סעודת מצוה לגומרה של תורה. דער רב שליט"א איז במשך דעם גאנצן מעמד געווען איינגעהילט אין גרויס דביקות, און זיך צוגעהערט צו די דרשות פון די חשובע רבנים הגאון רבי בערל רעכניצער שליט"א דומ"ץ בעלזא חיפה און כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א, וועלכע האבן מרחיב געווען במשנתו פונעם זיידן דער פאלגארער רב זצ"ל און די גרויסע זכיה אריינצוברענגען דעם ספר תורה לזכרו הטהור, און אויך ארומגערעדט בגדלות בנו דער מאקאווא רב בעל עטרת משה זצ"ל לרגל די אושפיזא דמשה.


אויך האבן זיך אנגעזען און באשיינט די מעמד כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, הגאון רבי חיים שלמה דיסקין שליט"א מרא דאתרא קרית אתא, און הרה"צ רבי יואל איתמר קרויז שליט"א חדב"נ כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א.


נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ, וואו טראץ דעם רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט איז דער רב שליט"א ווייטער געטאנצן מיט גרויס ברען א לענגערע וויילע בשמחת התורה ולכבוד הרגל.


תגובות


bottom of page