צדיק בא לעיר: כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב,JDN
בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן תושבי ניו יארק מקבל פנים געווען פני כבודו פונעם אורח הדגול כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, ביים אנקומען בשערי ניו יארק, אויף די קורצע באזוך צו באשיינען ביים דינער השנתי לטובת כולל "שומרי החומות" וואס קומט פאר דעם קומענדיגן דאנערשטאג פסח שני אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.
היינט מאנטאג פארטאגס האט דער רב שליט"א געלאנדעט אין די קענעדי לופטפעלד, וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך פילע חסידים און מעריצים וועלכע האבן שלום גענומען, און דער רב שליט"א האט יעדן משיב שלום געווען בפנים מאירות. במיוחד האט ארויסגעשיינט א משלחת נכבדה פון הנהלת כולל "שומרי החומות" אין שפיץ פון הרב שלמה מיכאל מאיער מנהל כולל שומרי החומות וועלכע איז ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט בבואו לחון את פני העיר, און זיך באדאנקט פארן אונטערנעמען די נסיעה בטירחא דגברא רבא צו מחזק זיין די כולל.
פונעם לופטפעלד איז דער רב שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, צום אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' שלמה פעדער הי"ו וואו מען האט געדאווענט שחרית און דער רב שליט"א האט גומל געבענטשט ביים עולה זיין לתורה. נאכן דאווענען זענען די מתפללים דורך שלום נעמען און דער רב שליט"א האט אויפגענומען עטליכע חסידים לעצה ולברכה.
שפעטער איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין קאלובער ביהמ"ד, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א בשותפות'דיגע איינקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18, ידידו ורעו פונעם רב שליט"א רבות בשנים.
נאכמיטאג איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי צום קביעות'דיגע אכסניא בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון די ימי הביקור, ביז נאך שבת.












תגובות